אברהם יהושע העשיל רובין
רבי אברהם יהושע העשיל רובין זצ"ל (ה'תקצ"ה - א' ראש חודש חשוון ה'תרס"ט), רב אין יאסלא.
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי אברהם יהושע העשיל איז געבוירן אין יאר ה'תקצ"ה (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אלימלך רובין רב אין סאקאלאוו, א זון פון הרב אשר ישעיה רובין, רב אין ראפשיץ, באקאנט אלס דער רבי ר' אשר'ל.
רבנות
רעדאַקטירןרבי אברהם יהושע העשיל איז געווען רב אין סאקאלאוו, אין יאר ה'תר"ל האט מען אים אויפגענימן אלס ערשטער רב אין יאסלא, ער האט זיך אנגעבארגט פערציג טויזנט גילדן, צו העלפן בויען די ערשטע שול אין יאסלא. ווען רבי אברהם יהושע העשיל האט נישט געקענט אויסצאלן זיין שולד האט ער געמאכט א געשעפט מיט זיין מחותן הנגיד רבי אביש'ל קאנער (רבי אברהם יהושע העשיל'ס זון, רבי צבי יוסף, איז געווען אן איידעם ביי רבי אביש'ל), ער זאל אויסצאלן דעם שולד, דעפאר וועט רבי אברהם יהושע העשיל אפטרעטן דאס רבנות פון יאסלא פאר זיין זון רבי צבי יוסף. רבי אברהם יהושע העשיל האט זיך אריבערגעצויגן קיין ריישא פון דארט איז ער ארויפגעפארן קיין ירושלים, און אין יאר ה'תר"ן האט ער זיך באזעצט אין צפת, דארט איז ער געווען ראש בית דין ביז זיין פטירה.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי אברהם יהושע העשיל איז נפטר געווארן אין צפת, א' ראש חודש חשוון ה'תרס"ט.
פאמיליע
רעדאַקטירןרבי אברהם יהושע העשיל האט געהייראט א טאכטער פון הרב שמואל זיינוויל בינדיגער. זייערע קינדער:
- הרב צבי יוסף רובין (ה'תרט"ו - חנוכה ה'תרפ"ט), רב אין יאסלא.
- הרב אשר רובין, פון ראזוואדאוו.
- הרב יצחק רובין (ה'תר"ם - ה'תרע"ו), פון צפת.
- מרת דינה.
- מרת רייזל די ווייב פון הרב ישכר בער ליבערמאן, רב אין טאפאראוו.
- מרת פֿרומעט די ווייב פון הרב מנחם מענדל באראן פון יאסלא.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר