מיקלאש הארטי (דעם 18טן יוני 1868- 9טן פעברואר 1957) איז געווען דער אונגארישער פרעזידענט, וואס האט געפירט אלס מאנארכיע, פון נאך דער ערשטער וועלט מלחמה, כמעט ביז דער ענדע פון דער צווייטער וועלט מלחמה.

מיקלאש הארטי
Horthy Miklós
געבורט 18 יוני 1868
עסטרייך אונגארישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 9 פעברואר 1957 (אלט 88)
פארטוגאל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה אונגארן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך פאליטיקער, אפיציער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

לעבנסגעשיכטע

רעדאַקטירן

זיין פולער נאמען איז וויטייזש נידזשבאניע מיקלאש הארטי.ער איז געבוירן צו אן אדעליגער אונגארישער פאמיליע, און דערפאר האט ער באקומען זיין בילדונג, און א שולע פאר קינדער פון קאמאנדירן, אין דער עסטרייך־אונגארישער אימפעריע.

ער איז געווארן אן אפיציר אין די ים קרעפטן, פון די עסטרייך מיליטער, אינעם יאר 1886, ביזן יאר 1907, איז ער געווען א גענעראל, אויפן לאגיסטישן טייל פון די מיליטערישע שיפן.

נאכדעם איז ער געווארן, דער סעקרעטאר פון פראנץ יאזעף דער ערשטער, ביזן ערשטע וועלט מלחמה, ווי ער האט קאמאנדירט אויפן דרום פראנט, און ער האט געווינען קעגן די איטאליענער, און ער איז פארווונדעט געווארן, אין א קאמף, דערנאך איז געווארן אדמיראל אלס אויסצייכענונג, און איז געווארן הויפט גענעראל פון די ים קרעפטן פון דער אימפעריע, ביז דער ענדע פון דעם קריג.

אין דעם 16 נאוועמבער 1918, איז אויפגעשטעלט געווארן די אונגארישע רעפובליק, דורך מיהאלי קארוי, אבער נאכן פארלירן אסאך שטחים צו די לענדער ארום, און פארלירנדיג א דורכגאנג צו א ים, איז אן אדמיראל נישט געווען צו וויכטיג פארן לאנד, דאך איז הארטי געווען א גיבור ביים פאלק, דער רעגירונג פון קארוי האט רעזיגנירט, אין מערץ 1919, און א קאמוניסטישע רעגירונג, מיטן אנפירערשאפט פון בילא קאהן, איז ארויף אויפן מאכט, די קאמוניסטן זענען געווען ביי די מאכט 133 טעג, און נאכדעם איז הארטי מיט זיין ווייסע ארמיי, צוזאמען מיטן רומעניעשן ארמיי, אנגעקומען קיין בודאפעשט, און ביז אנהייב יאר 1920, האבן זיי אויסגעטיילט צרות פאר יידן אין די געגנט.

אין מערץ האט די נאציאנאלע אסעמבלי דערקלערט הארטי, אלס רעגירער פון דער אונגארישער רעפובליק.

זיינע פאליטישע מיינונגען איז געווען ראדיקאל רעכט, און אנטיסעמיטיש, אבער יידישע רעכטן אין אונגארן, זענען געווען גאנץ גוט, ווי אין לענדער אזויווי פוילן, ביז סוף 1930 יארן, ווען אונגארן האט גענויגט צו דייטשלאנדס זייט.

ער האט נישט געהאלטן פון מאסן פארניכטיגונג, זיין ציל מיטן זיין אליאירט מיט היטלער איז געווען צוריק באקומען די שטחים, וואס אונגארן האט פארלוירן, ביי דער ערשטער וועלט מלחמה.

אין זיין רעגירונג איז געווען ערלויבט אנדערע פארטייען, אויסער קאמוניסטן, וואס זענען געווארן אומלעגאל, די באפעלקערונג אין אונגארן, איז געווען גאנץ צופרידן פון זייער רעגירער.


צווייטע וועלט מלחמה

רעדאַקטירן

זייענדיק אליאירט מיט דייטשלאנד, האט די אונגארישע ארמיי אטאקירט רוסלאנד, אין אפעראציע בארבאראסע, אין יענע יארן איז ארויסגעקומען געזעצן, וואס זענען געווען געצילט קעגן יידן, אבער ער האט נישט געלאזט די יידן אריבער צו גיין אין געטאס ווי די נאציס האבן פארלאנגט, אבער ער האט געמאכט ארבעטס לאגערן, ווי יידן האבן געמוזט גיין אויף צוואנגס ארבעט, ארויס צו העלפן די מיליטער, צענדליגע  טויזנטער יידן זענען אומגעקומען אין די לאגערן.

אין 1944 זענען די נאציס אריין אין אונגארן, ווייל הארטי האט פארגעשלאגן א פייער אפשטעל פאר די רוסן, און הונדערטער טויזנטער יידן זענען פארשיקט געווארן אויף אוישוויץ, ווען הארטי האט פארלאנגט אן אפשטעל, זענען סמערהייט יידן שוין געווען פארשיקט, און אין בודאפעשט זענען נאך געווען 150,000 יידן.

אין אוגוסט 1944, האט הארטי ווידעראמאל פארהאנדלט מיט די רוסן, די נאציס האבן אלס נקמה פארכאפט זיין זון, און ער איז געווען געצווינגען צו רעזיגנירן, די פייל קרייץ איז ארויף צו די מאכט, מיט פערענץ סאלאשי, אלס פירער פון אונגארן, הארטי האט פארברענגט ביזן ענדע קריג אין דייטשלאנד, ווי ער איז געווען אונטער הויז ארעסט, ביז ווען די אליאירטע האבן אים באפרייט.


נאך דער מלחמה

רעדאַקטירן

יוגאסלאוויע האט פארלאנגט אז ער זאל פראצעסירט ווערן, פאר קריגס פארברעכנס, אבער ער איז קיינמאל נישט ערשינען פאר א געריכט, ווארשיינליך פארן פרובירן מאכן א פייער אפשטעל, ביים נירנבערג פראצעס, איז ער געווען אן עד, און דערנאך איז ער באפרייט געווארן, און ער איז געגאנגען וווינען אין פארטוגאל.

הארטי האט געשריבן אין זיין צוואה, אז מען זאל אים באגראבן אין אונגארן, נאר נאכדעם וואס דער לעצטער רוסישער סאלדאט פארלאזט אונגארן. אין 1993 איז זיין געביין געברענגט געווארן צו קאנדערס, דאס דארף וואו ער איז געבוירן.