לייקוואוד

(אַריבערגעפֿירט פון לעיקוואָד)

לייקוואוד (אויך: לייקוואָד; סטאַנדאַרט ייִדיש: לײקװוּד) איז א שטאט אין אקעאן קאונטי, ניו זשערסי, פאראייניגטע שטאטן.

  • עס וואוינען דארט 135,158 מענטשן (2020 צענזוס), און איז לויט באפעלקערונג דער פיפט גרעסטער שטאט אין ניו זשערסי.
לייקוואוד
Lakewood Township
www.lakewoodnj.gov
לייקוואוד
מאפע פון לייקוואוד שטאטשאפט

לאַנד ניו זשערסי, USA
געגנט אקעאן קאונטי
בירגערמײַסטער רעי קאולס
שטח 65.0 קוואדראט ק"מ
באַפֿעלקערונג 135,158 - (אין 2020)
  • די חרדישע געמיינדע אין דער שטאט האבן זייער א גרויסן פאליטישן כח פון איבער 20,000 שטים בארעכטיגטע מענטשן אלס א שטים בלאק.
  • דער בירגערמייסטער אין 2008 איז געווען רעי קאולס.
  • אין 2011 האט מען אויסגעוועלט מנשה מילער בירגערמייסטער וועלכער האט געדינט אלס בירגערמייסטער ביז ינואר 2017 . נאך אים האט מען ווידערמאל אויסגעוועלט דעם דעמאקראטישען קאנדידאט רעי קאולס, וועלכער האט שוין געהאט דעם אמט ביז 2011 יאר.
  • עס זענען דא ארום הונדערט בתי מדרשים, און צענדליגע מוסדות.

אין די לעצטע יארן די באפעלקערונג האט זיך פארגרעסערט און די שטאט האט זיך פארברייטערט, הונדערטער נייע הייזער זענען אויפגעשטעלט געווארן. אויכעט א סאך חסידישע יידן פון פארשידענע קרייזן האבן זיך באזעצט אין שטאט.

באזוכן לײקוואוד

רעדאַקטירן

מען קען אנקומען קיין לייקוואד דורך דער גארדען סטעיט פארקוועי ארויסגאנג 98 קומענדיג פון צפון, און ארויסגאנג 91 קומענדיג פון דרום. אויך שניידט די יו עס 9 אדורך די לאקאלע גאסן פון לעיקוואד.

ניו זשערסי טרענסיט האט יעדן טאג בוסן פון ניו יארק ביי די פארט אטארעטי באס טערמינאל קיין לייקוואוד, און פון לייקוואוד ביי די בוס טערמינאל אדער ביי בןס סטאנציעס.

אויך זענען דא 2 חרדישע פירמעס וואס האבן עטליכע באסעס א טאג פון בארא פארק, פלעטבוש קיין לעיקוואד און צוריק (זיי האבן זיך שוין פאראייניגט אונטער איין בעה"ב אבער זיי רופען זיך נאך אויף די אלטע נעמען).

עס איז אויך דא א ווען וואס פארט עטליכע מאל א טאג קיין מאנסי עס ריפט זיך ראגשייר.

אינטערסאנטע פלעצער אין לייקוואוד

רעדאַקטירן