לעגא

קאנסטרוקציע שפילכל

לעגאָ (דעניש: LEGO) איז אַ סארט קאָנסטרוקציע שפּילכל וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן און ווערט פֿאַבריצירט דורך דער לעגאָ גרופּע, אַ דענישע פֿירמע. לעגאָ ציגלען זענען קאָלירטע פּלאַסטיק קאָנסטרוקציע-בלאָקן וואס מען קען פֿאַרבינדן צוזאַמען. לעגאָ ציגלען ווערן פֿאַרבונדט מיט שפּאָנקעס אויפֿן שפּיץ און לעכער אונטער די ציגלען. לעגאָ איז דאָס סאמע באַרימטע קאָנסטרוקציע שפּילכל אין דער וועלט.

לאגא פון לעגאָ
לעגאָ ציגלען

די לעגאָ פֿירמע איז געגרינדעט געווארן אין 1935 דורך אָלע קירק קריסטיאַנסען (Ole Kirk Christiansen), אַ דענישער שפּילכל-מאַכער. קריסטיאַנסען האט געבויט האָלצערנע שפּילכלעך פֿאַר קינדער. ער האט געמאַכט און פֿאַרקויפֿט זיינע ערשטע פּלאַסטיק לעגאָ פּאַקונגען אין די 1940ער. פֿון דעמאָלט אָן זענען לעגאָ שפּילכלעך געווארן זייער פּאָפּולער און ווערן באַקאַנט און באַליבט צווישן מענטשן פֿון פֿאַרשידענע לענדער, סיי קינדער און סיי דערוואַקסענע.

לעגאָ ציגלען קומען אין פֿאַרשידענע פֿאָרעמס, גרייסן און קאָלירן, אזוי ווי רעדער, אויטאָמאָביל-שויבן און פֿלאַנצן. מען קען פֿאַרבונדן לעגאָ ציגלען אין אַ סך פֿאַרשידענע וועגן, און זיי קענען פֿאָרמירן כמעט יעדע זאַך.

כמעט אַלע ציגלען פֿון לעגאָ פּאַקונגען קענען ווערן פֿאַרבונדן. נייע ציגלען פֿון היינט קענען ווערן פֿאַרבונדן מיט אַלטע ציגלען פֿון לאַנג צוריק. ווייל לעגאָ איז געווארן זייער פּאָפּולער ווערט דאָס וואָרט "לעגאָ" אָפֿט באַנוצט צו באַשרייבן קאָנסטרוקציע-בלאָקן אין אַלגעמיין. עס זענען דא מיליאָנען לעגאָ אָנהענגער און קאָנגרעסן וועלטווייט.

לעגא פאקונגען

רעדאַקטירן

זינט די 1950ער יארן האט דער לעגא גרופע פאבריצירט טויזנטער פּאַקונגען מיט פארשידענע טעמעס ווי קאסמאס, ראבאטן, פיראטן, באנען, וויקינגן, שלעסער, דינאזאווערס, אונטערוואסער פארשונג און דער ווילדער מערב. א טייל קלאסישע טעמעס וואס קאנטינוירן ביז איצט זענען "לעגא שטאָט" (א ליניע וואס אילוסטרירט שטאָטישע לעבן, זינט 1973) און "לעגא טעכניק" (א ליניע וואס סימולירט קאמפלעקסע מעכאנישע פראצעסן, זינט 1977).

איבער די יארן האט לעגא באקומען די רעכטן צו פאבריצירן א סך טעמעס באזירט אויף טעלעוויזיע, פילם און ווידעא שפילן קאנצעסיעס ווי "באַטמאַן", "אינדיאַנע דזשאָנס", "פּיראַטן פֿון די קאַריביען", "האַרי פּאָטער", "שטערן קריג" און "מיינקראַפֿט". כאטש א טייל די ליצענצירטע טעמעס ווי "שטערן קריג" און "אינדיאַנע דזשאָנס" זענען געווען זייער געראטן האט לעגא געזאגט אז זי וויל זיך אָנלענען מער אויף אירע אייגענע כאראקטערן און קלאסישע טעמעס און ווייניק אויף מעדיע באזירטע טעמעס.

איין פון די גרעסטע אפיציעלע לעגא פּאַקונגען איז געווען דער מילעניום פֿאַלקאָן פון "שטערן קריג" אין מיניפֿיגורן סקאַלע. זי איז אויסגעפורעמט געווארן דורך יענס קראנוואלד פרעדריקסען און באפרייט געווארן אין 2007 מיט 5,195 טיילן. שפעטער איז א טאַזש מאַהאַל מאדעל באפרייט געווארן מיט 5,922 טיילן. א צווייטער ווערסיע פונעם מילעניום פֿאַלקאָן מיט 7,541 טיילן איז באפרייט געווארן אין 2017.

זעט אויך

רעדאַקטירן

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: לעגאָ