הארי פאטער (פילם סעריע)

פילם סעריע
דער ארטיקל דיסקוטירט דער פילם סעריע. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט הארי פאטער (באדייטן).

האַרי פּאָטער (ענגליש: Harry Potter) איז אַ בריטיש-אַמעריקאַנישע פֿילם סעריע באַזירט אויף די "האַרי פּאָטער" ביכער פֿון דער שרייבערין דזשיי.קיי. ראָלינג. אין די סעריע זענען אכט פֿילמען, ווייל דער זיבעטער פֿילם איז צעשפּליטערט געווארן צו צוויי פֿולער לענג פֿילמען. די סעריע ווערט פּובליצירט דורך די וואָרנער ברידער.

די סעריע איז פּראָדוצירט געוואָרן בפֿרט דורך דייוויד היימאַן, און אין די פֿילמען שפּילן דניאל רעדקליף, רופּערט גרינט און עמאַ וואָטסאָן אלס די דריי הויפט כאראקטערן: האַרי פּאָטער, ראָן וויזלי און הערמייַאָני גריינדזשער. פֿיר רעזשיסאָרן האבן געאַרבעט אויף די סעריע: קריס קאלומבוס, אַלפֿאָנסאָ קואַראָן, מייק ניועל און דייוויד יעיטס. מייקל גאָלדענבערג האט געשריבן די סצענעס פֿאר "האַרי פּאָטער און דער אָרדן פֿון פֿעניקס" (2007), און יענע פֿון די שפּעטערע פֿילמען זענען געשריבן געוואָרן דורך סטיוו קלאָווס. די פּראָדוקציע האָט דערשיינט העכער צען יאָר, און דער הויפט נאַראַטיוו איז פֿון האַרי פּאָטער'ס רייזע איבערצוגובֿרן זיין הויפט שונא, לאָרד וואָלדעמאָרט.

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: האַרי פּאָטער פֿילמען