אפאלער וואיעוואדעשאפט

וואיעוואדעשאפט אין פוילן
אפאלער גובערניע (וואיעוואָדעשאַפט)
województwo opolskie
POL województwo opolskie flag.svg POL województwo opolskie COA.svg
מדינה / טעריטאָריע Flag of Poland.svg פּוילן
גרינדונג דאַטע 1999
הויפּטשטאָט פון וואיעוואָדעשאַפט אפאלע
שטח 9,412.5 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין וואיעוואָדעשאַפט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

1,000,858‏  (שטייענדיג 2014)
110 באוואוינער א ק"מ2
www.opolskie.pl
Opolskie (EE,E NN,N).png
Opole Voivodeship admi map (cropped).svg

די אפאלער וואיעוואָדעשאַפט (פּויליש: województwo opolskie וואיעוואָדזטווא אפאלסקיע), אויך אפאלער גובערניע איז די קלענסטע און ווייניגסט־באפעלקערטע וואיעוואדעשאפט (פראווינץ) אין פוילן. זי איז איינע פון די זעכצן פוילישע וואיעוואדעשאפטן געשאפן אין 1999, מיט א שטח פון 9,412.5 קוואדראט ק"מ און א באפעלקערונג פון 1 מיליאן באוואוינער. די הויפטשטאט פון דער וואיעוואָדעשאַפט איז אפאלע (128,034).

זי איז געשאפן געווארן דעם 1טן יאנואר 1999 פון די געוועזענער אפאלער וואיעוואדעשאפט און א טייל פון דער טשענסטכאווער וואיעוואדעשאפט. דער נאמען פון דער פראווינץ שטאמט פון דער הויפטשטאט און גרעסטער שטאט, אפאלע.

אפאלעיע גרענעצט אונטערשלעזיע צו מערב, גרויספוילן און לאדזשער וואיעוואדעשאפט צו צפון, שלעזיע צו מזרח, און טשעכיי צו דרום.

וועבלינקעןרעדאַקטירן

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אפאלער וואיעוואדעשאפט