ניקאַראַגואַ (שפּאַניש: Nicaragua), אפיציעל די רעפובליק פון ניקאַראַגואַ (שפּאַניש: República de Nicaragua), איז דאס גרעסטע לאנד אין צענטראלער אמעריקע מיט א שטח פון 130,373 ק"מ2. דאס לאנד גרענעצט האנדוראס צו צפון און קאסטא ריקא צו דרום, מיטן קאראאיבישן ים צו מזרח און דעם פאציפישן אקעאן צו מערב. די הויפטשטאט איז מאנאגוע.

רעפובליק פון ניקאַראַגואַ
(שפאניש) República de Nicaragua
פאן ניקאַראַגואַ
פאן ניקאַראַגואַ
סימבאָל ניקאַראַגואַ
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון ניקאַראַגואַ
אָרט פֿון ניקאַראַגואַ
קאָנטינענט אמעריקע
אָפֿיציעלע שפּראַך שפאניש
הויפּטשטאָט מאנאגוע 12°9′N 86°16′W / 12.150°N 86.267°W / 12.150; -86.267
רעגירונג רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
דניאל ארטעגא
גרינדונג דאַטום
15טן סעפטעמבער 1821
(פון שפאניע און מעקסיקא)
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
130,373 קוואַדראַט ק"מ
97
7.14%
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

5,891,199 (2010)
110
42 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $17.711 ביליאן (132סט)
וואַלוטע קארדאבא
צײַט זאָנע 6-
אינטערנעט דאָמען ni.
טעלעפֿאָן קאָד 505+

די שפאנישע האבן אויסגעפארשט און באזעצט דאס לאנד אינעם 16טן יארהונדערט. אין דעם 17טן יארהונדערט האבן די בריטישע איינגעשטעלט א פראטעקטאראט אין דעם מזרח טייל פון לאנד, וואס האט זיך אויסגעהאלטן 200 יאר, און ביזן היינטיגן טאג רעדט מען נאך ענגליש אויפן מזרח בארטן פון לאנד. אין 1821 האט ניקוראגוא זיך געשיידט פון שפאניע און אין 1823 זיך פארבינדן אין דער פעדעראלער רעפובליק פון צענטראלער אמעריקע, ביז 1838.

די הויפט שפראך איז שפאניש.

ניקאראגוא איז א דעמאקראטישע רעפובליק.