עפענען הויפטמעניו

רבי ישראל יעקב יוקיל טייטלבוים זצ"ל (ה'ת"ר - ט"ו אלול ה'תרפ"ד), רב אין וואלאווע.

אפשטאםרעדאַקטירן

רבי יוקיל איז געבוירן און יאר ה'ת"ר, צו זיין פאטער הרב שמואל טייטלבוים רב אין גארליץ, א זון פון הרב אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב מנחם מענדל הורוויץ פון סקאהל, אן אייניקל פון רבי מענדלע לינסקער.

רבנותרעדאַקטירן

נאך זיין חתונה האט רבי יוקיל געגעסען קעסט ביי זיין שווער צוויי יאר אין גארליץ, און נאכהער צוויי יאר אין סיגעט. אין יאר ה'תרכ"ב איז רבי יוקיל אויפגענומען געווארן רב אין בערבעשט.

אין יאר ה'תרמ"ט איז רבי יוקיל אריבער קיין גארליץ איבערצונעמען זיין פאטער'ס ארט, אבער ס'האט דארט אויסגעבראכען א שווערע קאמף צווישען רבי יוקיל אין זיין שוואגער רבי ברוך'ל איבער דעם גארליצער רבנות, מ'האט געזעצט א בוררות ביי וועלכען רבי שמואל ענגיל האט ארויס געגעבען זיין פסק אז די געמיינדע דארף באשליסן וועמען זיי ווילען אויפנעמען, וויבאלד ביידע האבן רעכט צו בלייבן אין גארליץ.

אין יאר ה'תרנ"ד איז רבי יוקיל אויפגענומען געווארן רב אין וואלאווע.

הסתלקותרעדאַקטירן

רבי יוקיל איז נפטר געווארן ט"ו אלול ה'תרפ"ד.

פאמיליערעדאַקטירן

אין יאר ה'תרי"ד האט רבי יאקיל געהייראט מרת הענדל ( - ג' אלול ה'תרפ"ד) א טאכטער פון זיין פעטער הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב. זייערע קינדער:

  • מרת נחמה הי"ד, די ווייב פון הרב מרדכי גאלד הי"ד. זייערע קינדער:
  • חנה הי"ד... טויבא הי"ד... חיים הי"ד... הענדל הי"ד.
  • הרב מנחם מענדל טייטלבוים ( - ), פון ירושלים.
  • הרב שאול טייטלבוים הי"ד, פון האלמין.
  • מרת חיה הי"ד.
  • מרת רויזא בלימא.

רעפערענצןרעדאַקטירן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר