שמואל טייטלבוים (גארליץ)

רבי שמואל טייטלבוים (ה'תקע"ד - ט' חשוון ה'תרמ"ט), רב אין גארליץ.

רבי שמואל איז געבוירן און יאר ה'תקע"ד (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת רויזא בלימא א טאכטער פון הרב אהרן, רב אין חאדאראוו.

אין יאר ה'תרט"ז ווען רבי שמואל'ס ברודער דער ייטב לב איז אריבער פון גארליץ קיין דראהאביטש, האט ער געוואלט איבער געגעבן דאס רבנות פון גארליץ פאר זיין איידעם הרב ברוך האלבערשטאם. אבער וויבאלד די שטאט הענדלערס האבן פארלאנגט מען זאל אויפנעמען א רב מיט מער ערפארונג, האט דער צאנזער רב געהייסען זיין זון רבי ברוך'ל אריבער צוהען זיך קיין רודניק, און ער האט געשיקט רבי שמואל ווערען רב אין גארליץ.

רבי שמואל איז נפטר געווארן אין קראקא ט' חשוון ה'תרמ"ט.

רבי שמואל האט געהייראט א טאכטער פון הרב מנחם מענדל הורוויץ פון סקאהל, אן אייניקל פון רבי מענדלע לינסקער. זייערע קינדער:

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר