משה דוד טייטלבוים
רבי משה דוד טייטלבוים זצ"ל (ה'תרט"ו - כ"א אדר ב' ה'תרצ"ה), רב אין מאדיאר-לאפאש.
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי משה דוד איז געבוירן אין יאר ה'תרט"ו, צו זיין פאטער הרב ישראל יעקב יוקל טייטלבוים רב אין וואלאווע, א זון פון הרב שמואל טייטלבוים רב אין גארליץ, א זון פון הרב אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון הרב משה טייטלבוים פון אוהעל דער ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת הענדל א טאכטער פון זיין פעטער הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב.
רבנות
רעדאַקטירןרבי משה דוד איז אויפגעצויגען געווארן ביי זיין זיידען דער ייטב לב, און איז געווען א תלמיד פון צאנזער רב. ווען רבי משה דוד האט געהייראט האט זיין אור-עלטער-שווער דער צאנזער רב זיך געשטעלט דערויף אז די חתונה זאל פארקומען אין צאנז.
רבי משה דוד האט געגעסען קעסט א יאר ביים צאנזער רב. אין יאר ה'תרמ"ב איז רבי משה דוד אויפגענומען געווארן רב אין מאדיאר-לאפאש, ער איז געווען דארט רב איבער פופציג יאר, און געפירט דארט א ישיבה פאר אומגעפער הונדערט בחורים.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי משה דוד איז נפטר געווארן כ"א אדר ב' ה'תרצ"ה.
פאמיליע
רעדאַקטירןרבי משה דוד האט געהייראט מרת חיה ( - י"ז תמוז ה'תרפ"ט), א טאכטער פון הרב אריה לייביש האלבערשטאם, רב אין דוקלא. זייערע קינדער:
- הרב אברהם חיים טייטלבוים הי"ד, רב אין קרעניץ. ער האט געהייראט מרת מרים הי"ד, א טאכטער פון הרב אריה לייביש האלבערשטאם, רב אין גריבאוו. פון זייערע קינדער:
- הרב אביגדור טייטלבוים הי"ד, רב אין פיווניטשא און דיין אין צאנז. ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב שלום האלבערשטאם רב אין פיעקלא, א זון פון הרב אהרן האלבערשטאם דער קרייזער רב.
- הרב שמואל טייטלבוים הי"ד, יונגער רב אין קרעניץ.
- מרת ביילא, די ווייב פון הרב אהרן גראס רב אין לאפאש.
- ( [1] הרב אהרן טייטלבוים, רב אין קרעניץ).
- הרב יצחק שמואל טייטלבוים הי"ד, פון לאפאש. ער האט געהייראט מרת חנה הי"ד, א טאכטער פון זיין פעטער הרב נפתלי טייטלבוים, רב אין נירבאטור. זייערע קינדער:
- ישראל יעקב יוקיל הי"ד... יקותיאל יהודה הי"ד.
- הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, פון אוהעל נאכהער אין בראנקס. ער האט געהייראט בזיווג ראשון מרת איטא, א טאכטער פון הרב נפתלי האלבערשטאם, רב אין קשאנאוו.
- די ווייב פון הרב אהרן גראס, רב אין לאפאש
רעפערענצן
רעדאַקטירן- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ↑ א.ל.ג. אויך זרעא קדישא נאר בדרך אפשר