אריה לייביש האלבערשטאם (טארנע)
רבי אריה לייביש האלבערשטאם זצ"ל (ה'תר"ך - ג' תמוז ה'תר"ץ), פון טארנא
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי לייביש'ל איז געבוירן אין יאר ה'תר"ך (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, דער שינאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. אין צו זיין מוטער מרת חנה רחל א טאכטער פון הרב צבי הירש רומרעז, רב אין לעשנוב, א ברודער פון מרת מלכה די רביצין פון דעם שר שלום פון בעלזא.
רבנות
רעדאַקטירןרבי לייביש'ל האט געוואוינט אין טארנא, און איז געווען דארט דער אנפירער (רבי) פון די צאנזער און שינאוואער חסידים.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי לייביש'ל איז נפטר געווארן אין טארנא ג' תמוז ה'תר"ץ, און ליגט אין טארנא.
זיין מצבה
כתר תורה. פ' נ'
ארי נפל מי לא ירא, יום חשך ואפלה
יום מהומה בא אלינו, חשך השמש בצהרים
בהלקח מאתנו תפארת ראשנו
זאת השרפה בית ישראל עלי' יבכיון
אוי נא לנו אבידה גדולה אבדנו בעונינו
כי הורם עטרת ראשנו רבינו אדונינו
מנהלינו ומדריכנו, עמד בפרץ בגופו ונפשו
תורתו ועבודתו באמת ובתמים
ה"ה הה"ק מרן מו' ארי' ליבוש זצ"ל לה"ה
בהרב הגאון הקדוש רש"כ בה"ג אדמו"ר מו'
יחזקאל שרגא זצ"ל לה"ה אב"דק שינאווא
נשמתו יצאה בטהרה ונפטר בשם טוב ביום א'
לס' ואסף איש טהור ג' תמוז צר"ת, ת.נ.צ.ב.ה.
פאמיליע
רעדאַקטירןרבי לייבישל האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון זיין ברודער רבי משה'לע שינאווא.
בזיווג שני האט רבי לייבישל געהייראט מרת מלכה אן אייניקל פון שר שלום פון בעלזא און פון רבי שמעון פון יעראסלאוו, (זי איז נפטר געווארן ט"ז חשון ה'תרצ"ב). זייערע קינדער:
- הרב חיים ברוך האלבערשטאם
- הרב נחום אפרים האלבערשטאם (ה'תר"ם(אומגעפער) - ה'תש"ב(אומגעפער) ), ממלא מקום פון פאטער רב אין טארנא. ער האט געהייראט מרת ראצא א טאכטער פון זיין פעטער הרב נפתלי רובין רב אין ווישניצא, זיי זענען אומגעקומן אויף קידוש השם, הי"ד.
- מרת רחל מרים, הי"ד, די פרוי פון רבי ישראל יוסף הורוויץ רב אין בארניוו, א זון פון הרב אביגדור הורוויץ רב אין בארניוו.
- מרת פייגא, די פרוי פון רבי חנניה יום טוב ליפא טייטלבוים רב אין נירבאטור.
- הרב צבי הירש האלבערשטאם, רבי אין סאטמאר. ער האט געהייראט מרת פריידא א טאכטער פון הרב מאיר הורוויץ רב אין לינסק.
- מרת חנה, די פרוי פון הרב שלמה בלויגרונד, א זון פון הרב ישכר בלויגרונד רב אין קאלוואריע. .
- מרת דינה, די פרוי פון הרב שלמה טייטלבוים פון בעליגראד און דאמבראמיל.
- מרת רבקה הענא, די פרוי פון הרב יוסף חיים לאם דיין אין טארנא.
- מרת מרים, הי"ד
רעפערענצן
רעדאַקטירן- י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר