יחזקאל האלשטאק
רבי יחזקאל הלוי האלשטאק | ||
---|---|---|
אסטראווצער רב | ||
עיקר חיבור | "קדשי יחזקאל" | |
געבורט | ה'תרמ"ז סקערנעוויץ | |
פטירה | עשרה בטבת ה'תש"ג צויזמיר געשאסן | |
קבורה ארט | צויזמיר | |
חסידות | אסטראווצע | |
פירערשאפט | י"ט אדר ה'תרפ"ח - עשרה בטבת ה'תש"ג | |
הויף ארט | אסטראווצע | |
נומער אין דינאסטיע | צווייטער | |
פאריגער | זיין פאטער, הרב מאיר יחיאל האלשטאק | |
זיינע רביס | זיין פאטער און רבי דוד משה פרידמאן פון טשארטקאוו | |
ספרים | "קדשי יחזקאל" | |
פאטער | רבי מאיר יחיאל | |
מוטער | רחל מרים שידלאווסקי | |
ווייב | ביילה מירל טאכטער פון הרב נפתלי הורוויץ, מעליצער רבי | |
קינדער | יעקב, אלימלך, אברהם יצחק, חיים, נפתלי, אליעזר, מנחם מענדל, דבורה |
הרב יחזקאל הלוי האַלשטאק (ה'תרמ"ה - י' טבת ה'תש"ג) איז געווען אב"ד פון אסטראווצע, פוילן, און א רבי פון חסידים.
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי יחזקאל איז געבוירן אין תרמ"ה צו זיין פאטער רבי מאיר יחיאל האלשטאק, דער אסטראווצער רב. ער האט געלערנט ביי זיין פאטער, וואס האט אים מחנך געווען צו יראת שמים אויפן חסידישן נוסח. ער האט אנטוויקלט א גרויס חשק צו לערנען תורה, מיט אויסעגעוויינלעכע אהבת הבריות.
צו אכצן יאר האט רבי יחזקאל חתונה געהאט מיט מרת ביילא מירל, די טאכטער פונעם מעליצער רבי'ן, רבי נפתלי הורוויץ. זעקס יאר איז ער געבליבן אין מעליץ על התורה ועל העבודה.
רבנות
רעדאַקטירןאין תרס"ט האט רבי יחזקאל אויפגענומען דאס רבנות פון אינאוולאדז, נישט ווייט פון סאכאטשאוו, פוילן. נאך צען יאר (אין תרע"ט) איז ער באשטימט געווארן שטאטס רב פון נאשעלסק, א גרעסער שטעטל. י"ט אדר תרפ"ח איז נפטר געווארן זיין פאטער רבי מאיר יחיאל. אלס דער איינציגער זון, האט די אסטראווצער קהילה גערופן אים ממלא מקום זיין זיין פאטערס ארט. זיין פאטערס חסידים האבן מקבל מרות געווען פון אים און ער האט איבערגענומען די רעביסטעווע, און נאך חסידים זענען געפארן צו אים.
רבי יחזקאל האט אויפגעשטעלט די ישיבה "בית מאיר" אויף זיין פאטערס נאמען, מיט בערך הונדערט תלמידים.
רבי יחזקאל האט זיך אריינגעלאזט אין דער ארבעט פון מסדר זיין די חידושי תורה פון זיין פאטער.
פאמיליע
רעדאַקטירןהר"ר יחזקאל און זיין ווייב ביילה מירל האבן געהאט זיבן זין און איין טאכטער:[1]
- רבי יעקב, (בכור, געב' 1904)[2], איידעם ביי רבי נתן נחום הכהן ראבינאוויטש קרימלאווער רבי. ער איז געווען ראב"ד אין אסטראווצע.
- רבי אלימלך (געב' תרס"ה, 1905) האט געפירט די ישיבה אין אסטראווצע. שפעטער איז ער געווארן רב אין נאשעלסק, און ער איז געווען דער לעצטער רב פון גראבאוו, לאדזשער גובערניע. אומגעקומען אין טרעבלינקע.
- רבי אברהם יצחק, איידעם ביי רבי ישעיהו ענגלארד, סאסנאווצער רב. איז געווען רב פון מאנדזשיעוו נאך זיין שווער.
- רבי חיים, איידעם ביי רבי יצחק מנחם מענדל דאנציגער פון אלעקסאנדער. דערמארדעט צוזאמען מיט זיין ווייב לאה און זייער זון שמואל צבי.
- רבי נפתלי, איידעם ביים פאריסאווער רבי'ן
- הבחור אליעזר
- הבחור מנחם מענדל
- דבורה