רבי מאיר יחיאל הלוי האלשטאק (ה'תרי"א – י"ט באדר ה'תרפ"ח), באקאנט אלס דער אסטראווצער גאון, איז געווען דער אסטראווצער רבי.

לעבנסגעשיכטע רעדאַקטירן

ער איז געבוירן געווארן אין יאר תרי"א אין שטעטל סאווין אין פוילן, צו זיין פאטער רבי אברהם יצחק וואס איז געווען א בעקער, און זיין מוטער חנה ביילא. זיין פאטער איז געווען פון די חסידים פון רבי ירחמיאל פון פשיסחא (זון פונעם יוד הקדוש פון פשיסחא), און פון דער שרף פון מאגלניצא, נאך וועמען ער האט א נאמען געגעבן זיין זון, און רבי אלימלך שפירא פון גראדזשיסק.

זיין טאטע האט אים גענומען קייןן גראדזשיסק, װאו ער האט קונה געוועהן תורת החסידות. ער האט אויך געלערנט ביי רבי ישראל יהושע טרונק פון ​​קוטנא. ווען ער איז געווען בערך 17 יאר אלט, האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער ​​פון רבי אברהם פון ווארקע און האט דארט געלערנט עטליכע יאר.

אין יאר ה'תר"מ, אין עלטער פון 28 יאר, איז ער אויסגעוועלט געווארן צו דינען אלס רב פון דער שטאט סקערנעוויץ, מיט דער דערמוטיגונג פון זיינע רבי'ס, רבי יהושע'לע ​​קוטנער און זיין איידעם רבי חיים אלעזר וואקס.

אין יאר ה'תרמ"ט איז ער גערופן געווארן דורך די אסטראווצע קהילה צו דינען אלס רב אין שטאט. אין יאר ה'תרנ"ב איז זיין רבי רבי אלימלך פון גראדזשיסק נפטר געווארן, זיינע זון, וואס זענען נאך געווען יונגע קינדער, האבן נישט איבערגענומען די פירערשאפט פון דער קהילה, און אסאך פון די חסידים האבן אים געקרוינט אלס זייער רבי, טראץ זיין התנגדות. שפעטער האט ער איבערגענומען די הנהגה און אנגעהויבן אויפנעמען די וואס זענען געקומען צו אים לעצה וברכה, דאך איז ער ווייטער געפארן אלס חסיד צום שינאווא רב.

זיינע פלפול'דיגע דרשות, ארומגענומען מיט טיפע מאטעמאטישע חשבונות, האט צוגעצויגן טויזנטער תלמידים און חסידים צו זיין הויף, אריינגערעכנט חשובע רבנים און אדמו"רים פון פוילן.

ער איז געוועהן באקאנט מיט זיינע אויסטערלישע סיגופים. עס ווערט דערציילט אז ער האט געפאסט פערציג יאר אין א ציה, וואס ער פלעגט נאר אויספאסטן ביינאכט מיט א קנאפע מאלצײט. ער איז אויך בארימט געווארן צוליב זיינע חומרות, מיט וועלכער ער האָט זיך באנומען, כדי יוצא צו זיין אלע שיטות. ער איז געווען בקשר מיט אנדערע באקאנטע רבנים, אריינגערעכנט דער שפת אמת, דער צאנזער רב, און נאך אנדערע.

ער האט געדינט אלס רב אין אסטראווצע 39 יאר. ער איז נפטר געווארן י"ט אדר תרפ"ח, און איז באערדיגט געווארן אויפן ארטיגן בית עולם. זיין ארט אין דער רבנות פון אסטראווצע האט אנגעפילט זיין זון, רבי יחזקאל.