יוסף פרידענזאן
שמואל יוסף פרידענזאן (ניסן ה'תרפ"ב - י"ג אדר ה'תשע"ג) איז געווען דער רעדאקטאר פונעם זשורנאל "דאס אידישע ווארט" זייט 1953[1], ארויסגעגבן דורך דעם אמעריקאנער אגודת ישראל, און אן עסקן. ער האט אויך געשריבן עטלעכע ביכער.
געבורט |
אפריל 1922 לאדזש | |
---|---|---|
טויט |
23 פעברואר 2013 (אלט 90) ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע | |
מדינה | דייטשלאנד | |
קבורה ארט | הר המנוחות | |
ביאגראפיע
רעדאַקטירןיוסף פרידענזאן איז געבוירן געווארן אין לאדזש, פוילן, צו זיין פאטער, אליעזר גרשון פרידענזאן און זיין מוטער, אסתר ביילא פערלבערג. ר' אליעזר גרשון איז געווען אן אגודה עסקן און דער רעדאקטאר פונעם בית יעקב זשורנאל. יאסל האט געלערנט אין חדר אין לאדזש. ביי די 16 יאר האט מען אויפגענומען ווי א תלמיד אינעם בארימטן ישיבת חכמי לובלין.
ווען די צווייטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן איז די פרידענזאן פאמיליע אנטלאפן אין ווארשע. אין דער ווארשעווער געטא האט יאסל געהייראט זיין ווייב, גיטל לאה זילבערמאן פון שידלאווצע. מ'האט זיי ארויסגעשמוגלט פון ווארשע. ענדלעך זענען זיי געקומען צום וויערזשביניקער ארבעט לאגער וואו זיי זענען געבליבן ביז מ'האט ליקווידירט דעם לאגער אין 1944.
משפחה
רעדאַקטירן- זיין איידעם, ר' יוסף חיים גאלדינג
ביכער פון יוסף פֿרידענזאן
רעדאַקטירן- Dateline Istanbul