יוסף מזרחי
יוסף מזרחי (געב׳ 1968) איז אַ ספרדישער רב און גרינדער פון DivineInformation.com, אַן ארטאדאקסישער קירוב אָרגאַניזאַציע, באזירט אין מאָנסי, ניו יארק.[1]
געבורט |
1968 (אלט 56 בערך) ישראל | |
---|---|---|
www | ||
פרי לעבן און קאַריערע
רעדאַקטירןיוסף מזרחי איז געבוירן געווארן אין 1968 אין ישראל. נאָך זיין מיליטערישע דינען אין דער מיליטער האט ער געארבעט אין פינאַנצן אין ניו יארק סיטי. אין 1994, האט ער אנגעהויבן זיך אוועקגעבן פאר קירוב, און אין 1997, האט ער פארלאזט זיין פאַכמאַן קאַריערע און אנגעהויבן לערנען און אויסלערנען תורה אין ישיבת אור ישראל אין מאנסי.
ער האט באקומען סמיכה דורך רבי אליהו בן חיים.
קירוב אַרבעט
רעדאַקטירןער האט געגרינדעט אַ קירוב אָרגאַניזאציע אין 1995. די אָרגאַניזאציע גיט פֿרייַע די-ווי-דיס, אוידיא סידיס, און MP3 סידיס, באצאלט דורך ספאנסארס. פון 2013, האט די אָרגאַניזאציע אויסגעטיילט טויזנטער פון די אוידיאָ און ווידעא דיסקס. מזרחי אָפערט אַן אוידיאָ און ווידעא לעקציע סעריע, גערופן "די פעט אף די דזשאסט", באזירט אויף ״מסילת ישרים״ מוסר ספר פארפאסט דורך רבי משה חיים לוצאַטאָ.
אין 2001 האט ער געעפנט אַ כולל און אַ ישיבה אין אלפנדרי גאס, ירושלים.
אין 2002 האט ער געשאפן אַ פֿילם גערופן "געטלעך אינפֿאָרמאַציע" (divine information) אינאיינעם מיט יובל עובדי'. צוויי יאר שפּעטער, אין 2004, האט ער געגרינדעט די "DivineInformation.com" וועבזייַטל פּובליצירנדיג פילע פון זייַן ווידעא און אַודיאָ לעקטשורס.
קאנטראווערסיעס
רעדאַקטירןאין אנפאנג 2014, איידער אַ לעקציע רייַזע אין לאָנדאָן, איז געווארן אויסגעדריקט זארג וועגן סטעיטמענטס דורך מזרחי אין זיינע פריערדיגע לעקטשורס איבער די נאַטור פון וועלטליכע און רעליגיעזע אידן בשעת דער חורבן זאגנדיג אַז דאון-סינדראָום און אויטיזם זענען "שטראפן פֿאַר זינד באגאנגען אין אַ פריערדיקן גלגול". זייַן מהלך טוט אויך אַרייַננעמען לעקטשורס ניצנדיג בייבל קאָודס צו "פאַרשטיין-געבן" די חורבן. אַלס רעזולטאַט, איז לכל הפּחות איין פון זייַנע געפּלאַנטע לעקטשורס אין לאָנדאָן געווארן אפגערופן.
אין דעצעמבער 2015, אין איינער פון זיינע לעקטשערס, האט ער געקלעימט אַז עס איז מעגלעך אַז בלויז איין מיליאָן אידן זענען געשטארבן אין די חורבן, קעגן די אנגענומענע מיינונג פון 6 מיליאָן, זינט פילע פון זיי זענען געווען נישט יודיש לויט דער יודישער הלכה וואָס פארלאנגט אַ מענטש'ס מוטער צו זיין יודיש. מזרחי איז געווארן קריטיקירט דורך אַקאַדעמיקס און אידישע פירער אַרייַנגערעכנט אפרים זוראָפף, דירעקטאר פון די שמעון וויזענטאַל צענטער, וואס האט געזאגט אַז ער "אויפ-געמאכט געשיכטע צו פּאַסן זיינע אַגענדעס." ער איז געווען אויך קריטיקירט דורך בערל וויין. שפּעטער האט מזרחי ארויסגעגעבן אַן אַנטשולדיגונג. לויט צו די טיימס, האט ענגלאנד'ס טשיף ראביי אפרים מירוויס ארויסגערעדט קעגן די טרעוול-פּלענער פון דעם "יודיש האַס פּרעדיגער"; און די UK היים אָפיס האט קאמענטירט אַז דער היים סעקרעטאַרי, עמבער ראַד, האט קאנסידערט צו פארבאטן מזרחי צו באַזוכן בריטאַניע.
אום 16טן דעצעמבער 2016, האבן באַוויסטע אמעריקאנע רבנים פובליצירט א אפענע בריוו וועגן מזרחי. זיי האבן געזאגט אַז ער טוט "רעדוצירן קאָמפּליצירטע אישוס צו סימפּליסטישע און מיס-לידינג'ע" און זיינע מיינונגען זענען "אַבדזשעקשאנעבעל, און אפילו געפערליך." די בריוו האט ממשיך געווען אז אינסטיטוציעס זאָלן מער אבאכט גיבן מיט די געסט וואס זיי פאַרבעטן.
זעה אויך
רעדאַקטירן- ארטאדאקס אידישקייט אַוטריטש
רעפֿערענצן
רעדאַקטירןפונדרויסנדיק לינקס
רעדאַקטירן- אפיציעלער וועבזייַטלמוסטער:Official website
- רבי יאָסי Mizrachi (ארכיווירט 13.05.2013 ביי דער Wayback Machine) - אויף TorahAnytime.com
- רבי יוסף Mizrachi ס לעצטע ווייזונגען אויף ראַדיאָ ערוץ שבע, איזראעל'ס נאַציאָנאַלער נייַעס