חיים הערש מאנהיימער
הרב חיים צבי ״הערש״ מאנהיימער (אדער: מאננהיימער; ה'תקע"ד, 1814 - ליל י"ז בתמוז ה'תרמ"ו, 19 ביולי 1886) איז געווען אן אונגארישער רב און א ראש ישיבה, אב"ד אין אונגוואר, רב אין ווערבוי און אונגוואר, מחבר פון „עין הבדולח". ער איז געווען איינער פון די פירער פון ארטאדאקסישע יידישקייַט אין אונגארן.
געבורט |
1814 ה'תקע"ד פישטיאן (היינט סלאוואקיי) | |
---|---|---|
טויט |
19 יולי 1886 (אלט 72 בערך) י"ז תמוז ה'תרמ"ו אונגוואר, עסטרייך אונגארישע אימפעריע | |
טעטיקייט ארט | שאטמאנסדארף, ווערבוי, אונגוואר | |
באלאנג | תלמידים פון חתם סופר | |
זיינע רביס | חתם סופר, רבי יעקב קאפל אלטנקונשטאט, רבי בנימין זאב לעוו | |
תלמידים |
רבי יוסף אלימלך כהנא רבי יוסף חיים זאנענפעלד, רבי ישעיהו זילבערשטיין, רבי דב בעריש עלעפאנט, רבי יצחק שווייגער. | |
חיבורים | שו"ת עין הבדולח, עין הבדולח - חידושים על הש"ס | |
לעבנס געשיכטע
רעדאַקטירןהרב חיים צבי מאנהיימער[1] איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל פישטיאן צו זיין פאטער הרב דוד יהודה לייב מאננהיימער בשנת ה'תקע"ד. אלס קינד איז ער שוין פאררעכנט געווען פאר א עילוי. פון דעם עלטער פון 10 יאר און ביז זיין בר מצווה האט ער געלערנט ביי רבי יעקב קאפל אלטנקונשטאט און דערנאך ביי רבי בנימין זאב לעוו. ביים עלטער פון 13 אדער 14 יאר, האט ער אנגעהויבן לערנען ביים חתם סופר אין פרעשבורג, און איז געווארן זיין נאנטער תלמיד.
זיין ערשטע רבנות שטעלע איז געווען אין שאטמאנסדארף (ענ').
אין זיינע (15) לעצטע יארן איז ער געווען רב פון אונגוואר, ביז צו זיין פטירה, י"ז תמוז ה'תרמ"ו, 20סטן יולי 1886.
אויף זיין מצבה איז געווען אויסגעקריצט:
מצבת קבורת
שר וגדול בישראל אבי הרועים הארז אשר בלבנון גאון עולם וצדיק נשגב מו"ה חיים צבי מאנהיימער אב"ד ור"מ בקהלתנו בן מו"ה דוד יהודה זצ"ל
ידיו היו אמונה ורועה אבן ישראל ישרו ואמתו וצדקתו כהררי אל מוסר ה' ותוכחתו למד לבני ישראל צאנו צאן קדשים נהל על מי התורה בחכמה הנהיגם ופתח למו שערי אורה יתענג בצל שדי על כנפי איום ונורא
|
||
נאך זיין פטירה איז זיין איידעם, הרב ברוך רייכפלד, געווארן דער ראב"ד אונגוואר.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ זעט א בילד פון הרב מאנהיימער אויף דעם וועבזייטל פון "אוצר החכמה".
קוועלער
רעדאַקטירן- פינחס זעליג שוורץ, שם הגדולים מארץ הגר, ח"א, עמ' לד (ערכו, אות ח' פריט לב).
וועבלינקען
רעדאַקטירן- אינפֿאָרמאַציע, מאנהיימר, חיים צבי הירש, 'מרחב' וועבזייטל
- יהודה שפיגל, על מינויו לרבנות אונגוואר ופרטים נוספים אודותיו, במאמר אונגוואר, אין: ערים ואמהות בישראל, ד, עמ' 17 ואילך, אוצר החכמה וועבזייטל.
זיינע ספרים:
- שאלות ותשובות עין הבדֹלח, ניו יארק תשי"ד, HebrewBooks וועבזייטל
- אשי ישראל - רשימות מפיו על המקרא, מיהאלעוויטץ תרפ"ט, HebrewBooks וועבזייטל
- א בריוו גשעריבן דורך הרב חיים הערש מאנהיימער (ארכיווירט 01.12.2017 ביי דער Wayback Machine)