חנוך צבי הכהן לעווין
רבי חנוך צבי הכהן לעווין (רבי הירש העניך לעווין; ז' כסלו ה'תרל"א 1870 - ו' אדר א' ה'תרצ"ה, 1935) איז געווען שטאטס רב פון בענדין און פון די פירער פון פוילישן יידנטום פאר דער צווייטער וועלט מלחמה. ער איז געווען אן איידעם פון רבי יהודה אריה לייב אלטער, דער "שפת אמת".
געבורט |
1870 ז' כסלו ה'תרל"א | |
---|---|---|
טויט |
1935 (אלט 65 בערך) ו' אדר א' ה'תרצ"ה בענדין, פוילן | |
קבורה ארט | יידישע בית עולם פון הר הזיתים | |
אמטן | בענדינער רב | |
לעבנסגעשיכטע
רעדאַקטירןרבי הירש העניך איז געבוירן אין רודא מאלעניץ ז' כסלו תרל"א צו זיין פאטער, רבי פינחס יעקב הכהן לעווין, אן אייניקל פונעם רבי'ן ר' העניך, חסיד פונעם אלטן קאצקער רבי'ן און מנהיג פון די גערער חסידים אין די יארן תרכ"ו ביז תרל"א, און צו זיין מוטער טעלצא, די טאכטער פון ר' צבי הירש (ליבל) דישקעס פון טאמאשאוו, דעם קאצקער רבי'נס משמש בקודש.[1] ער האט באקומען די נעמען פון זיינע צוויי זיידעס. ער איז געהאדעוועט געווארן אין מאלעניץ וואו די אלטע קאצקער-גערער חסידים פלעגן קומען צוגאסט ביי זיין פאטער און זיין זיידן.