חלפתא איש כפר חנניה
רבי חלפתא איש כפר חנניה אדער אבא חלפתא איש כפר חנניה איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט איין מאל אין משניות.
זיין צייט
רעדאַקטירןרבי חלפתא איש כפר חנניה איז געווען אין דער צייט פון זעקסטן דור תנאים, אין דער צייט פון עלפטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה, דער לעצטער דור פון תנאים.
דער ספר יוחסין שרייבט אז רבי חלפתא איש כפר חנניה דער זעלבער תנא ווי אבא חלפתא איש כפר חנניה פון די ברייתא, און ער איז געווען א תלמיד פון רבי מאיר.[1]
דתניא אבא חלפתא איש כפר חנניה אומר, משום רבי מאיר, תנאי קודם למעשה הר זה תנאי, מעשה קודם לתנאי, אינו תנאי
דער סדר הדורות ברענגט א תוספתא וואס ווייזט אויס ווי דער ספר יוחסין, דער תוספתא דערציילט רבי חלפתא איש כפר חנניה האט געפרעגט א שאלה פון שמעון בן חנניא, וועלכער האט דאס ווייטער געפרעגט פון א זון פון חנניא בן תרדיון און דער האט אים גענטפערט זיין מיינונג, און די טאכטער (ברוריה די ווייב פון רבי מאיר) האט אים גענטפערט אנדערש.[2]
אמר רבי חלפתא איש כפר חנניה, שאלתי את שמעון בן חנניה, ששאל את בנו של רבי חנניא בן תרדיון, ואמר וכו', ובתו אומרת וכו', וכשנאמרו דברים לפני רבי יהודה בן בבא אמר, יפה אמרה בתו
דערגעגן דער ספר יחוסי תנאים ואמוראים שרייבט אז רבי חלפתא איש כפר חנניה איז נישט דער זעלבער תנא ווי אבא חלפתא איש כפר חנניה פון די ברייתא, און אז ער קען נישט וועסטשטלען אין וועלכע צייט ער איז געווען.
איבער אים
רעדאַקטירןאין מערסטע סידורים צ.ב.ש. בית יעקב עמדין, דרך החיים, שטייט די משנה אין אבות, רבי חלפתא "בן דוסא" איש כפר חנניה.
אין משניות
רעדאַקטירן- מסכת אבות פרק ג' משנה ו', ”רבי חלפתא איש כפר חנניה עשרה שיושבין ועוסקין בדברי תורה, שכינה שרויה ביניהם, שנאמר, וכו'”