זלמן שניאור
זלמן שניאור (1887- דעם 20סטן פֿעברואַר 1959) איז דער פּסעוודאָנים פון שניאור זאַלקינד, אַ ייִדיש־העברעיִשן פּראָזאַיִקער און דיכטער. זייַנע ווערק ווערן באַטראַכט ווי אַ מייַלשטיין אין דער מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור און אין דער ייִדישער ליטעראַטור.
געבורט |
11 פעברואר 1887 שקלאָוו, בעלארוס |
---|---|
טויט |
20 פעברואר 1959 (אלט 72) ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
מדינה | ישראל, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
קבורה ארט | טרומפלדאר בית החיים |
לערנארט | אוניווערסיטעט פון פאריז |
פאך | שרייבער, דיכטער |
פרסים |
ביאליק-פריז ישראל-פרייז |
לעבן
רעדאַקטירןשניאור איז געבוירן אין שקלאָוו אין מאָהילעווער (מאָליעווער) גובערניע, אין מזרח תּחום־המושב אין דער צאַרישער אימפּעריע (הייַנט: ווייַסרוסלאַנד). ער האָט אָפּגעשטאַמט פֿון דער באַקאַנטער ליבאַוויטשער חסידישער (חב"ד) שניאורסאָן־משפּחה, איז אויסגעוואַקסן אין אַ טראַדיציאָנעלער סבֿיבֿה און האָט באַקומען אַ רעליגיעזע און וועלטלעכע דערציִונג. שוין צו 8־9 יאָר אָנגעהויבן שרייַבן לידער אויף ייִדיש און העברעיִש.
אין אַלטער פֿון 13 יאָר איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין אָדעס וווּ חיים נחמן ביאַליק האָט אים וואַרעם אויפֿגענומען. דאָרטן האָט ער זיך באַקענט מיט מענדעלע מוכר־ספֿרים, מיט משה־לייב ליליענבלום און מיט יהושע־חנא ראַבֿניצקי. אין 1902 איז ער אַוועק קיין וואַרשע וווּ ער האָט געאַרבעט אין דאָרטיקן "תּושיה־פֿאַרלאַג" און וווּ דוד פֿרישמאַן האָט אים מקרבֿ געווען. אַ קורצע צייַט איז ער געווען דער פּערזענלעכער סעקרעטאַר פֿון יצחק לייבוש פּרץ. אין 1903 זיך אומגעקערט קיין שקלאָװ און אין 1904 האָט ער זיך באַזעצט אין ווילנע, וווּ ער האָט געשריבן פֿאַר אַ לאָקאַלער העברעישער צייַטשריפֿט. די שטאָט ווילנע האָט ער שפּעטער באַשריבן אין דער פּאָעמע וילנה. אַ יאָר נאָך דעם איז שניאור אַוועק קיין שווייץ, שפּעטער קיין פּאַריז וווּ ער האָט שטודירט אין דער סאָרבאָנע ליטעראַטור, פֿילאָסאָפֿיע און נאַטור־וויסנשאַפֿט.
צווישן 1908 און 1913 איז ער אַרומגעפֿאָרן איבער אייראָפּע און צפֿון־אַפֿריקע. במשך קירצערע פּעריאָדן האָט ער זיך געלערנט אין דער שווייץ און אין דייַטשלאַנד.
די ערשטע וועלט־מלחמה האָט ער דורכגעמאַכט אין בערלין פֿון וואַנען ער האָט, ווי אַ רוסישער בירגער, נישט געטאָרט אַרויספֿאָרן. דאָרטן האָט ער איבערגעריסן די שריפֿטשטעלערישע טעטיקייט, שטודירט מעדיצין און געאַרבעט אין אַן אָרטיקן שפּיטאָל. אין 1919 איז ער געפֿאָרן קיין אַמעריקע, זיך שפּעטער אומגעקערט קיין בערלין. אין 1923 האָט שניאור זיך באַזעצט אין פֿראַנקרייַך, וווּ ער האָט געלעבט ביז 1941 מחמת דער אינוואַזיע פֿון די נאַציס אין 1940. ער איז אַנטלאָפֿן קיין שפּאַניע און פֿון דאָרטן קיין אַמעריקע (ניו־יאָרק). אין 1925 און אין 1936 האָט ער געפּרוּווט זיך באַזעצן אין ארץ־ישׂראל וווּ ער האָט נישט באַקומען די געהעריקע הילף זיך אייַנצואָרדענען. דאָס האָט אין אים איבערגעלאָזן אַ פֿאַרביטערטקייט קעגן ציוניזם. סוף 1949 האָט ער עולה געווען קיין ישׂראל, און זיך באַזעצט אין תּל־אָבֿיבֿ און שפּעטער אין רמת־גן. נאָך זייַן עליה האָט שניאור אָנגעהויבן שרייַבן פֿאַר די טאָגצייַטונגען און אַרויסגעגעבן פֿאַרשיידענע ביכער. צוליב זייַן פֿאַרדינסט פֿאַר דער העברעיִשער קולטור האָט שניאור באַקומען דעם "פרס ביאליק" (1951) און דעם "פרס ישראל" (1955). צוליב געזונט־טעמים צוריקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע אין 1955.
זלמן שניאור איז נפֿטר געוואָרן אין 1959 אין ניו־יאָרק.
ווערק
רעדאַקטירןשניאורס וויכטיקסטער ליטעראַריש־קינסטלערישער אויפֿטו איז אין דער העברעיִשער פּאָעזיע, אָבער זייַנע הויפּטווערק אין פּראָזע זענען אין ייִדיש. זייַנע ווערק, צווישן אַנדערע שקלאָווער ייִדן און נח פּאַנדרע, זענען איבערגעזעצט געוואָרן אין עטלעכע אייראָפּעיִשע שפּראַכן.
אין 1901 האָט ער דעביוטירט מיט לידער אין מרדכי ספּעקטאָרס "יודישע פֿאָלקסצייַטונג". אין זייַן ווילנער תּקופֿה האָט ער זיך אַלץ מער גענומען שרייַבן אין ייִדישע אויסגאַבעס. אין "דער נייַער וועג", "דאָס ייִדישע פֿאָלק" האָט ער פֿארעפֿנטלעכט די פאָעמעס פֿייַער, מעשׂה בראשית, די פֿרייַהייט און די דערציילונגען נקמה, אויף ביידע זייַטן פֿון דניעסטער. אויכעט אין אַנדערע ייִדישע זשורנאַלן פּובליקירט לידער און דערציילונגען. ער איז געווען אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער פֿון "מאָמענט", "צוקונפֿט" א"אַ.
שניאורס וויכטיקסטע שאַפֿערישע פּראָזע־תּקופֿה אין ייִדיש האָט זיך אָנגעהויבן אין 1927. ער איז געוואָרן אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָרווערטס" און דאָרטן האָט ער פּוביליקירט קלענערע פּראָזע־ווערק און גרויספֿאַרנעמיקע ראָמאַנען, וואָס זענען אָפּגעדרוקט געוואָרן אין אַנדערע ייִדישע צײַטונגען ("מאָמענט", "צייַט", א"אַ). צו גלייַך האָט ער געשריבן זכרונות און אַרטיקלען וועגן ייִדישע שריפֿטשטעלערס (מענדעלע מוכר ספֿרים, שלום־עליכם, חיים נחמן ביאַליק, א"אַ). אַ סך ווערק פֿון שניאורן פֿאַרמאָגן אַ גרויסן דראַמאַטישן שטאָף. אין די דרייַסיקער יאָרן איז בייַ שניאורן אויפֿגעקומען דער פֿאַרלאַנג צו זען זייַנע ווערק אויף דער ייִדישער אָדער העברעיִשער בינע. מאָריץ שוואַרצעס באַאַרבעטונג פֿונעם ראָמאַן נח פּאַנדרע איז אויפֿגעפֿירט אונטער דעם נאָמען דאָס געזאַנג פֿון דניעפּער אין ייִדישן קונסט־טעאַטער. שניאור האָט נאָך אין זינען געהאַט צו דראַמאַטיזירן עטלעכע ווערק און געהאַט דרייַ פֿאַרענדיקטע דראַמעס (דער קאָפּ, דער וואַלד, דער נבֿיא) אָבער עס איז אים מער נישט געלונגען דורכצופֿירן זייַנע פּלענער.
פֿון די לידער וואָס ער האָט געשריבן זענען עטלעכע געזונגען געוואָרן פֿון פֿאָלק אויף ייִדיש: מאַרגעריטקעלעך, קאַרשן, פֿרילינג א"אַ.
רשימה פֿון די ווערק אויף ייִדיש
רעדאַקטירן- נקמה: דערציילונג. ווילנאָ: די וועלט, 1906.
- געזאמעלטע שריפטן, ב' 1 און ב' 2. וואַרשע: וועלט ביבליאָטעק, 1909.
- א טוידט : שריפֿטען פֿון אַ זעלבסטמערדער א מטורף. וואַרשע: השחר, 1909.
- אַ מתּנה: פּאָעמע. וואַרשאָ: השחר, 1909.
- פּראָזאַ און לידער. אודיסאַ: [בינשטאָק], 1912.
- געזאַמעלטע שריפֿטען. וואַרשע: וועלט ביבליאָטעק, 1909-1911.
- געזאַמעלטע שריפטען. וואַרשע: וועלט ביבליאָטעק, 1913.
- געזאַמעלטע שריפטען. ניו־יאָרק: ליטעראַרישער פֿאַרלאַג, 1918.
- פֿון דעם זיידנס קוואַל. [וועגן מענדעלען]. בערלין: כּלל, 1922.
- שלום־עליכמס אָנדיינקען. בערלין: כּלל, 1922.
- אהין: ראָמאַן. בערלין: ילקוט, 1923.
- שקלאָווער אידן: נאָוועלן. ווילנע: ב. קלעצקין, 1929.
- פֿעטער זשאָמע. ווילנע: ב. קלעצקין, 1930.
- דער שקלאָווער גר. פּאַריז: פֿאַרלאַג פריז, 1934.
- עמי־הארצים. 1. נח פֿאַנדרע. 2. בייַם דניעפּער. 3. צוריק פֿון אָסטראָג. 4. די וואַנט. 5. פּאַנדרעס אַנטלויפֿן. ווילנע: טאָמאָר, 1939.
- אָט אזוי איז דאָס אידישע לעבן. יאָהַענסבורג: דרום־אַפֿריקאַנער ארט אזע, 1939.
- פֿערציק יאָר: לידער און פּאָעמען 1903-1944. ניו־יאָרק: אידישער נאַציאָנאַלער אַרבעטער־פֿאַרבאַנד, 1945.
- קיסר און רבי: היסטאָרישער ראָמאַן. ניו־יאָרק: ציקאָ, 1944-1952. (איבערגעזעצט אויף העבר' פֿון זלמן שניאור: הגאון והרב)
- די משומדתטע: ראָמאַן. ניו־יאָרק: יובל־פֿאַרלאַג, 1948.
- אָ טאָג עולם הזה: ראָמאן. ניו־יאָרק: יובל־פֿאַרלאַג, 1948.
- שקלאָווער קינדער: דערציילונגען. ניו־יאָרק: ציקאָ, 1951.
- דער ממזר. ניו־יאָרק: דער קוואַל אַ. זאַוואולעק, 1957.
רשימה פֿון די ווערק אויף העברעיִש
רעדאַקטירן- עם שקיעת החמה: שירים, 1900–1906. ורשה: תושיה, תרס"ז/ 1907.
- מן החיים והמוות: רשימות וסיפורים. ורשה: תושיה, תר"ע/ 1910.
- עם צלילי המנדולינה: שירים. תרע"ב/ 1912.
- שירים ופואימות: 1900–1913. אודסה: מוריה, תרע"ד/1914.
- גשרים: שירים ופואמות תר'ס–תרע'ב. ברלין: הספר, תרפ"ב/ 1922.
- במצר: קבץ ספורים תרס'ג–תרע'א. ברלין: הספר, תרפ"ג/ 1923.
- וילנה. ברלין: הספר, תרפ"ג/ 1923.
- חזיונות: שירים ופואמות תרע'ב–תרפ'א. ברלין: הספר, תרפ"ד/1923.
- לילדי ישראל: שירי ילדים. פריז: הוצאת ועד היובל, תר"ץ/ 1930.
- פרקי יער. תל אביב: דביר, תרצ"ג/ 1933.
- אנשי שקלוב. תל אביב: עם עובד, תש"ד/ 1944. (איבערגעזעצט פֿון ייִדיש שקלאָווער ייִדן.)
- פנדרי הגיבור. עם עובד, ?. (איבערגעזעצט פֿון ייִדיש נוח פּאַנדרע.)
- לוחות גנוזים. עם עובד, תש"ח/ 1948.
- שירי זלמן שניאור. הוצאת עם עובד, תשי"א/ 1951.
- הגאון והרב. תל אביב: עם עובד, תשי"ג/ 1953.
- ח.נ. ביאליק ובני דורו. תל אביב: עם עובד, תשי"ג/ 1953.
- דור דור ואנשיו: סיפורים. תל אביב: יבנה, תשי"ז/ 1957.
- שירים. דביר, תשי"ח/ 1958.
- כּתבי ז. שניאור. (תּש"ך)/ 1960.
- ימי הביניים מתקרבים!: מבחר שירים. קשב, תשע"א/ 2011.
דרויסנדיקע פֿאַרבינדונגען
רעדאַקטירן- רשימת הפרסומים של זלמן שניאור אין קאַטאַלאָג הספרייה הלאומית
- זלמן שניאור אין "לקסיקון הספרות העברית החדשה"
- זלמן שניאור, אויפֿן אינטערנעץ־בלאַט פֿון המכון לתרגום ספרות עברית (אין ענגליש)
- דוד תדהר (רעדאַקטאָר), "זלמן שניאור (זלקינד "זאלי") שניאורסון)", אנציקלופדיה לחלוצי הישוב ובוניו, בד. ז (1956), ז' 2911. [רשימה פֿון פּובליקירטע ווערק]
- אברהם רגלסון, זלמן שניאור: המתגושש, דבר, כ"ו אדר תרצ"ו/דעם 20סטן מאַרץ 1936 (אין פרויקט בן-יהודה)
- גענאַדי עסטרײַך, זלמן שניאורס "פֿאָרווערטס"-יאָרן, דעם 19טן יאָנואַר 2007 (אין ייִדיש)
- גלויה עם תמונתו של זלמן שניאור וכיתוב ביידיש: "כמה עשיר הוא המוות הלבן, כמה עניים הם החיים! ואנחנו כקבצנים מלקטים את הפרורים", אין דער ביבליאָטעק פֿון אוניברסיטת חיפה
- אלי אשד, הגניזה של זלמן שניאור, זשורנאַל "יקום תרבות", אָקטאָבער 2011
ביבליאָגראַפֿיע
רעדאַקטירן- לעקסיקאָן פֿון דער נייַער ייִדישער ליטעראַטור. בד.8, זז' 750-754. ניו־יאָרק: אַלוועלטכעכער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס 1981.
- ראַוויטש, מלך: מייַן לעקסיקאָן. בד. IV, 2, זז' 360-363. תּל־אָבֿיבֿ: וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור, 1982.