וועלוול טשערנין (רוסיש: Велвл Чернин‏; געב' 1958, מאָסקווע) איז אַ ייִדישער דיכטער. ער האָט פֿאַרענדיקט דעם היסטאָרישן פֿאַקולטעט פֿונעם מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט אויף לאָמאָנאָסאָווס נאָמען, דערנאָך די ייִדיש־גרופּע פֿון די העכערע ליטעראַרישע קורסן בײַם ליטעראַטור־אינסטיטוט אויף גאָרקיס נאָמען אין מאָסקווע. אין די 80ער יאָרן געאַרבעט אין דער רעדאַקציע פֿון „סאָוועטיש היימלאַנד”, אין 1986 אלס בײַלאַגע צו דעם זשורנאַל איז דערשינען טשערנינס זאַמלונג אינטערוויוען "דיאַלאָגן וועגן דער ייִדישער קולטור אין פֿססר". געווען אַ ליטעראַטור־קאָנסולטאַנט אין פֿאַרשיידענע ייִדישע טעאַטער־קאָלעקטיוון אין ראַטן־פֿאַרבאנד. אין יאַנואַר 1990 האט ער עולה געווען קיין ישׂראל און זיך באַזעצט אין שומרון. אין די לעצטע יאָרן וווינט אינעם ייִשובֿ כפר אלדד אין מדבר־יהודה, צום דרום־מזרח פֿון ירושלים.

וועלוול טשערנין
געבורט 1958 (אלט 66 בערך)
מאסקווע, סאוועטן פארבאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
velvl.blogspot.com
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
וועלוול טשערנין

ווי אַ דיכטער האָט וועלוול טשערנין דעביוטירט אין 1983 אין „סאָוועטיש היימלאַנד”. לעבנדיק אין פֿססר האָט ער זיך געדרוקט אין פֿאַרשיידענע פּעריאָדישע אויסגאַבעס : „ביראָבידזשאַנער שטערן” (ביראָבידזשאַן), „בײַ זיך” (תּל־אָבֿיבֿ) א"א. געווען טעטיק אין אומלעגאַלע ציוניסטישע גרופּעס אין ראַטן-פֿאַרבאַנד און, צווישן אַנטערש, רעדאַגירט אומלעגאַלע ייִדישע פּעריִאָדישע אויסגאַבעס אויף רוסיש און אויף ייִדיש. נאָך דער עליה האָט ער זיך געדרוקט דער עיקר אין ישׂראלדיקע זשורנאַלן און אַלמנאַנאַכן – "די גאָלדענע קייט", נײַע וועגן”, "ירושלימער אַלמאַנאַך", „טאָפּלפּונקט” און אַנדערע, ווי אויך אין אויסלענדישע פּעריאָדישע אויסגאַבעס -„פֿאָרווערטס”, "די פּען", "די גילגולים" א"אַ. פֿאַר זײַן דיכטונג האָט ער באַקומען דוד האָפֿשטיין פּרײַז פֿאַרן יאָר תשנ"ו. עס זײַנען דערשינען פֿינף ייִדישע לידער-זאַמלונגע, ווי אויך אַ צוויי-שפּראַכיקע זאַמלונג (ייִדישע אָריגינאַלן מיט רוסישע איבערזעצונגען) און אַ העברעיִשע לידער-זאַמלונג (אָריגינעל־העבריִשע און אויטאָרישע איבערזעצונגען פֿון אָריגינעל־ייִדישע ווערק). באַזונדערע וועלוול טשערנינס לידער זײַנען דערשינען אין איבערזעצונגען אויף אַנדערע שפּראַכן — אוקראַיִניש, פֿראַנצויזיש, דײַטש, ענגליש.

וועלוול טשערנין האָט איבערגעזעצט אין רוסיש אַ גאַנצע ריי ווערק פֿון ייִדישע פּראָזאַיִדער און דראַמאַטורגן - שׁלום־עליכֿם, אבֿרהם גאָלדפֿאַדען, חיים גראַדע, מיכֿאל פֿעלזנבוים אא. ער אַרבעט אויך אין געביט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור-פֿאָרשונג (פֿאַרטיידיקט אַ דאָקטאָר־דיסערטאַציע אינעם ייִדיש־צענטער פֿונעם בר־אילן אוניװערסיטעט), אַרויסגעגעבן אַ גאַנצע ריי אַטיקלען אין רוסיש, העברעיִש, ייִדיש, ענגליש און אוקראיניש וועגן דער שאַפֿונג פֿון מענדעלע מוכֿר־ספֿרים, שׁמעון שׁמואל פֿרוג, חיים נחמן ביאַליק, אורי צבֿי גרינבערג, לייב נײַדוס, לייב קוויטקאָ, עמנואל קאַזאַקעוויטש און אַנדערע ייִדישע שריפֿטשטעלער.ער איז איינער פֿון רעדאַקטאָרן פֿון אַ פֿולקום געווידמעטן דער פּאָעזיע אויף יידיש באַנד פֿונעם העברעישן אַלמאַנאַך "משיב הרוח" (נו, חורף תשעט).

אַ מיטרעדאַקטאָר פֿון דער ביכער־סעריע "ביבליאָטעק פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור" און פֿונעם זשורנאַל "ייִדישלאַנד".

לידער-זאַמלונגען

רעדאַקטירן
  • בין-השׁמשׁות, "ישׂראל-בוך", תל-אָבֿיבֿ, 1997
  • דער וועלפֿישער ניגון, "ישׂראל-בוך", תל- אָבֿיבֿ, 2001
  • אלבּא דידי, ה.לייוויק-פֿאַרלאַג, תל- אָבֿיבֿ, 2004
  • אויסדערוויילטע לידער (מיט פּאַראַלעלע רוסישע איבערזעצונגען פֿון וואַלערי סלוצקי) – Избранные стихотворения в переводах В.Слуцкого, קדומים, 2005
  • תרשׁישׁ, "מעדיִאַ פֿאָרמאַט", מאָסקווע, 2007
  • מוּסף (שירים אויף העברעיִש), "מעדיִאַ פֿאָרמאַט", מאָסקווע, 2007
  • שלאָס-סמ"ך, "מעדיִאַ פֿאָרמאַט", מאָסקווע, 2010
  • אַרבע-כּנפֿות, ה.לייוויק-פֿאַרלאַג, תּל-אָבֿיבֿ, 2015
  • Верлібри ("פֿרײַע פֿערזן". דעם מחברס איבערזעצונג אין אוקראַיִניש), "קאַלוואַריִאַ", לעמבערג, 2016
  • בײַם ראַנד פֿון שטורעם, "ביבליאָטעק פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור", תּל-אָבֿיבֿ, 2019.
  • Маска на маске (אַ מאַסקע אויף אַ מאַסקע. איבערזעצונגען אין רוסיש),ביראָבידזשאַן, 2020.
  • תּיקון.  אַ קליינע אַנטאָלאָגיע פֿון פֿרעמדשפּראַכיקער ייִדישער פּאָעזיע, "ביראָבידזשאַנער שטערן", ביראָבידזשאַן, 2021.
  • וועגן, ביראָבידזשאַן, 2021.
  • צען מאָל חי, "אָלניאַנסקי טעקסט", מאַלמע, 2024.

אַנדערע ביכער

• דיִאַלאָגן וועגן דער ייִדישער קולטור אין פֿססר, "ביבליִאָטעק פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד", מאָסקווע, 1986.

• הסובוטניקים. הרקע ההיסטורי והמצב והנוכחי, אוניברסיטת בר אילן, רמת גן, 2007.

• (מיט זאבֿ חנין) זהות, התבוללות ותחיה: תהליכים אתנו-חברתיים בקרב האוכלוסייה היהודית בברית המועצות לשעבר, אוניברסיטת בר אילן, רמת גן, 2007.

• Ближневосточный фронтир. Израильское поселенчество: История и современность, Институт Ближнего Востока, Иерусалим – Москва, 2010 (דער מיטל-מזרחדיקער פֿראָנטיר. די ישראלדיקע אײַנוואַנדערונג: געשיכטע און הײַנטצײַטיקייט, ירושלים - מאָסקווע, 2010).

*  Вірю, що я не пасинок. Українські літератори єврейського походження, «Видавництво Українського Католицького Університету», Львів, 2016. (איך גלייב, אַז איך בין ניט קיין שטיף-זון. אוקראַיִנישע ליטעראַטן פֿון דער ייִדישער אָפּשטאַמונג, לעמבערג, 2016).

• (מיט ז.חנין און אַ.ראָמאַניוק) Держава Ізраїль: політика і суспільство, Львів, 2017 (מדינת-ישראל: פּאָליטיק און געזעלשאַפֿט, לעמבערג, 2017).

·* נאָענט צו מיר. עסייען, "ביבליאָטעק פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור", תל-אָבֿיבֿ, 2017.

  • .Из крымских тетрадей. Очерки полевых исследований субэтнических групп евреев Крымского полуострова ("פֿון קרימער העפטן. פֿאַרצייכענונגען פֿון פֿעלד־פֿאָרשונגען פֿון ייִדישע עדות פֿונעם קרימער האַלב־אינדזל"), דער תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, 2020.
  • ייִדישע פֿאַקטאַזיעס. פֿאַנטאַסטישע דערציילונגען, "אָלניאַנסקי טעקסט", לונד, 2021
  • . Еврейские фактазии, "издательство Яромира Хладека", С.-Петербург, 2022 (רוסישע איבערזעצונג פֿון דער זאַמלונג "ייִדיש פֿאַקטאַזיעס", פּעטערבורג, 2022).

לערנבוך

  • (מיט ענת אדרת) תכל'ס. מדריך ללשון ייִדיש, י.ל.פּרץ-פֿאַרלאַג, תּל-אָבֿיבֿ, 2000.

ליטעראַרישע איבערזעצונגען

רעדאַקטירן

שלום-עליכם, פאַרוואָס באַדאַרפן יידן אַ לאַנד? -Шолом-Алейхем, «Зачем евреям нужна страна?» Вестник еврейской культуры. Рига, 1989. № 2. сс. 6-9

יוסף בולאָוו, פון אַלטן מאַרקפּלאַץ – Иосиф Булов, Со старой рыночной площади, Холон, 2000

(מיט גריגאָרי קאַנאָוויטש) עפרה אליגון, פילגש לראווה – Офра Альягон, Любовница напоказ, Тель-Авив, 2000

מעשיות פון "מעשה-בוך" – «Сказки еврейского средневековья», Иерусалимский журнал, Иерусалим, 2003, N 14 – 15, сс. 253 - 264

אברהם גאָלדפאַדען, פאַנאַטיקער אָדער צוויי קוני-לעמל – Авраам Гольдфаден, «Фанатик или два Куни-Лемеля», Полвека еврейского театра (1876 -1926). Антология еврейской драматургии, Москва, 2003, сс. 23 - 80

שלום-עליכם, יקנה"ז - Шолом-Алейхем, «Якнегоз или большая игра на бирже», Полвека еврейского театра (1876 -1926). Антология еврейской драматургии, Москва, 2003, сс. 81 – 150

מיכאל פעלזענבאַום, די שבתדיקע שוועבעלעך – Михаэль Фельзенбаум, Субботние спички, Москва, 2006

שלום-עליכם, עולים ויורדים – Шолом-Алейхем, «Возносятся и падают», Иерусалимский журнал, Иерусалим, 2010, N 35, сс. 148 - 153

חיים גראַדע, דער שטומער מנין – Хаим Граде, Немой миньян, Москва, 2010

יוסף אָפּאַטאָשו, אין פּוילישע וועלדער (רעדאַקציע פון איבערזעצונג) – Иосиф Опатошу, В польских лесах, Москва, 2011

ישראל יהושע זינגער, די ברידער אשכנזי – Исроэл-Иешуа Зингер, Братья Ашкенази, Москва, 2012

חיים גראַדע, דער מאַמעס שבתים – Хаим Граде, Мамины субботы, Москва, 2012

חיים גראַדע, צמח אַטלאַס (די ישיבה) - Хаим Граде, Цемах Атлас (Ешива), Моска, 2014

יצחק באַשעוויס-זינגער, שאָטנס בײַם האַדסאָן - Исаак Башевис-Зингер, Тени над Гудзоном, Москва, 2015

אורי-צבי גרינבערג, צוויי לידער אין פּראָזע: "די לעגענדע פונעם הווה" און "אין טאָל פון געוויין" – Ури Цви Гринберг, Два стихотворения в прозе: «Легенда наших дней» и «В долине плача», Иерусалимский журнал, 2016. N 53, с.152 – 155.

זלמן שניאור, קיסר און רבי - Залман Шнеур, Имератор и ребе, Москва, 2018.

יצחק באַבעל, אויסדערוויילטע דערציילונגען (פֿון רוסיש), "אָלניאַנסקי טעקסט", מעלמע, 2024.

אויסגעקליבענע אַרטיקלען וועגן דער ייִדישער ליטעראַור

"מלחמת העולם השנייה והשואה בשירתו של שיקע דריז" עמדה, נומ. 45, זומער 2020, ז. 102 – 113.

"אוטופיה תרתי משמע: שירת יידיש של הדור שאחרי השואה", נכון, נומ. 4, מײַ 2020, ז. 169 – 177.

"די טײַגע, וואָס אויף ייִדיש רעדט": שפּראַכלעכע אייגנטימלעכקייטן פֿון עמנואל קאַזאַקעוועטישעס ראָמאַן אין פֿערזן "שלום און חווה", יידישלאַנד נומ. 5, 2020, ז. 13 – 27.

"וועגן אָסיפּ מאַנדעלשטאַם אויף ייִדיש", ייִדישלאַנד, נומ. 4, 2019, ז. 79 – 84.

"רוח של יום-טוב. שפּראכלעכע איינצלהייטן פֿון שלום־עליכמס העברעיִשע ווערק", יידישלאנד, באנד א, תשע''ט .

"בין אוטופיה לדיסטופיה: "ספר גן העדן" מאת איציק מאנגר", נכון, נומ. 1, חשוון תשע''ט, ז. 77 - 89.

"מקומו של חיים נחמן ביאליק בשירת היידיש", מורשת ישראל, מס' 13, אדר ב' תשע''ו, אוניברסיטת אריאל בשומרון, ז. 87 - 99.

"וידויו של חזירון - רמזים לטרור סטליניסטי בשירתו של לייב קוויטקו", מורשת ישראל, נומ. 10, אוניברסיטת אריאל בשומרון, כסלו תשע"ד, ז. 129 - 139.

"'רק ריבי מאָי' צום ענין מערשפּראַכיקייט ביי מענדעלען", ירושלימער אַלמאַנאַך, ב' 27, תשע"ב, זז. 352 – 363.

"נהרות אחרים", רחובות הנהר לאורי צבי גרינברג. מחקרים ותעודות (רעדאַקטאָרן – אבֿידבֿ ליפּסקער, תּמר וואָלף-מאָנזאָן), אוניברסיטת בר אילן, ירושלים, תשנ"ז/2007, ז. 201 – 212.

"שמעון שמואל פרוג – בין רוסית ליידיש", חוליות, ב' 6, אוניברסיטת חיפה הארבסט 2000, ז. 99 – 114.

"צוויי שליחי-ציבור: העשל ראַבינקאָוו און צבי פּרייגערזאָן", ירושלימער אַלמאַנאַך, ב' 26, תשנ"ח, ז. 257 – 270.



רעפערענצן

רעדאַקטירן

וועבלינקען

רעדאַקטירן