ביבליאטעק פון דער היינטצייטיקער יידישער ליטעראטור

ביבליאָטעק פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור איז אַ ביכער-סעריע, וואָס דערשײַנט אין תּל-אָבֿיבֿ זינט 2015. זי איז געגרינדעט געוואָרן און ווערט רעדאַגירט דורך וועלוול טשערנין און מיכאל פֿעלזענבאַום, טיילווײַז פֿינאַנסירט פֿון דער ישׂראלדיקער "נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור".


ביכער, וואָס זײַנען דערשינען אין דער סעריע:

1. ישׂראל נעקראַסאָוו, "אָפּגעברענטע שטעט", לידער, 2015.

2. פֿעליקס חיימאָוויטש, "רעדן מיט עכאָ", לידער, 2016.

3. זיסי ווייצמאַן, "אַ פֿריילעכער רעגן", לידער, 2016.

4. באָריס קאַרלאָוו, "אָנגעצויגענע סטרונע", לידער, 2016.

5. הערשל-צבֿי כּנר, "דער קלאָון אין אוישוויץ", דערציילונגען, 2016.

6. עפֿרה אליגון, "אַ דאַמע מיט בלומען", דערציילונגען, 2016.

7. בערל קאָטלערמאַן, "דער סוד פֿון ווײַסע בערן", זיבן נאָוועלעס, 2017.

8. "אַ רינג", אַנטאָלאָגיע, ייִדישע פּאָעזיע, נאָכן-חורבן-דור, 2017.

9. ירמיהו־אהרן טאַוב, "אַ מויז צווישן וואַקלדיקע וואָלקן־קראַצערס", לידער, 2017.

10. מיכאל פֿעלזענבאַום, , "ביאָגראַפֿיע פֿון אַ סענטימענטאַלער לבֿנה", אַוואַנטורע-נאָוועלן, 2017.

11. וועלוול טשערנין, "נאָענט צו מיר", עסייען, 2017.

12. מאַרעק טושעוויצקי, "פֿון ביידע זײַטן שפּיגל", לידער, 2018.

13. מיכאל קרוטיקאָוו, "צווישן שורות", נאָטיצן וועגן ייִדישער קולטור, 2018.

14. גענאַדי עסטרײַך, "פֿון מײַן און ניט נאָר פֿון מײַן לעבן", דערציילונגען און עסייען, 2018.

15. וועלוול טשערנין, "בײַם ראַנד פֿון שטורעם", לידער, 2019.

16. הלל קאַזאָווסקי, "ווערטער און בילדער", אַרטיקלען וועגן דער ייִדישער קונסט, 2019.

17. קאָבי ווײַצנער, "אפֿילו בײַ אונדז אין מאַנהעטן", צוויי פּיעסן, 2020.

18. "הערט אַ מעשׂה", אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישער מאָדערנער דערציילונג אין מדינת־ישׂראל, 2020.

19. לעקסיקאָן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין ארץ־ישׂראל, ערשטער באַנד א': א – מ, 2021

20. לעקסיקאָן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין ארץ־ישׂראל, ערשטער באַנד: ב' נ – ש, 2023