סאוועטיש היימלאנד

זשורנאל
(אַריבערגעפֿירט פון סאָוועטיש היימלאַנד)

סאָוועטיש הײמלאַנד איז געווען אַ סאָוועטישער ליטעראַרישער און פּובליציסטישער זשורנאַל אויף ייִדיש, וועלכער איז דערשינען פון 1961 ביז 1991 אַלס אָרגאַן פונעם סאָוועטישן שרײַבער-פאַראיין (לכתחילה איין מאָל אין צוויי חדשים און דערנאָך – יעדן חודש), זייענדיק אין די יאָרן די איינציקע ייִדישע ליטעראַרישע פּעריִאָדישע אויסגאַבע אינעם ראַטנפאַרבאַנד.

סאוועטיש היימלאנד
אפיציעלע וועבזייטל

זײַן הויפּט-רעדאַקטאָר איז פונעם אָנהייב ביזן סוף געווען דער דיכטער אהרן ווערגעליס.

אלמאנאך רעדאַקטירן

זינט 1986 האָט די רעדאַקציע פונעם זשורנאַל אַרויסגעגעבן אַ יערלעכן רוסיש-שפּראַכיקן אַלמאַנאַך מיטן נאמען "גאָד זאַ גאָדאָם" («Год за годом»), (באדייט: "יאהר נאך יאהר"), וועלכע איז בעיקר באשטאנען פון איבערזעצונגען פון ייִדיש.

סך-הכל זײַנען דערשינען זעקס בענדער פון דעם אַלמאַנאַך (דער לעצטער באַנד איז דערשינען אין 1992).

די יידישע גאס רעדאַקטירן

דאָס אַרויסגעבן דעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" האָט זיך אויפגעהערט אויפן טאָפּלטן (11 – 12) נומער אין דעצעמבער 1991. אָנשטאָט אים האָט די רעדאַקציע פון "סאָוועטיש היימלאַנד" אומרעגולער אַרויסגעגעבן אין די יאָרן 1993 – 1999 דעם זשורנאַל די ייִדישע גאַס («Еврейская улица») אויף ייִדיש און אויף רוסיש. דאָס אַרויסגעבן אָט דעם זשורנאַל האָט זיך אויפגעהערט נאָכן טויט פון אהרן ווערגעליס אין יוני 1999.

ביכער רעדאַקטירן

וועבלינקען רעדאַקטירן