שמעון שמואל פֿרוג (רוסיש: Семён Григорьевич Фруг; ‏1860, יידישע לאנדווירשטשאפטלעכע קאָלאָניע באָבראָווי קוט, כערסאָנער געגנט, רוסלענדישע אימפעריע – 1916, אָדעס) איז געווען א ייִדישער דיכטער, וועלכער האָט געשריבן איבערהויפּט אויף רוסיש און אויף יידיש, איינער פון די וויכטיקסטע דיכטער פון דער באוועגונג "חיבת ציון". אָבער זײַן ראָליע אין דער ייִדישער ליטעראטור איז ניט באגרענעצט מיטן אידעאָלאָגישן אינהאלט פון זײַנע ווערק.

שמעון שמואל פרוג
Семён Фруг
געבורט 15 נאוועמבער 1860
באבראווי קוט, אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 22 סעפטעמבער 1916 (אלט 55)
אדעס, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך דיכטער, שרייבער, איבערזעצער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
פארטרעט פון שמעון פֿרוג

דער בארימטער היסטאָריקער פון דער ייִדישער ליטעראטור ישראל צינבערג האָט געשריבן, אז "פרוג איז דער ערשטער לויט דער צײַט ייִדיש-שפּראכיקער דיכטער מיט א בולט אויסגעדריקטער אינדינווידועלקייט; ער האָט געגעבן דעם ייִדישן פערז שיינקייט פון מעלאָדישקייט, וועלכע זײַנען געווען אומבאקאנט פריִער". יעקב בירענבוים, איינער פון די רעדאקטאָרן פונעם "לעקסיקאָן פון דער נײַער ייִדישער ליטעראטור" האָט געשריבן וועגן פרוגס שעפערישן אויפטו: פרוגן איז אויסגעקומען דורכצופירן אין דער ייִדישער פּאָעזיע א מעשה-בראשית, אוועק פון פארטיקן און אָנהייבן קנעטן און פורעמען דאָס ליד אויפסנײַ אין א פּאָעזיע, וואָס האָט ניט געוווּסט פון מאָדערניזם". אויך אין זײַן רוסיש-שפּראכיקע שאפונג איז געווען הויך אָפּגעשאצט. שאָול טשערניכאָווסקי האָט געהאלטן, אז "איר אויפבלי האָט די רוסיש-ייִדישע ליטעראטור דערגרייכט אין שמעון שמואל פרוגס לידער". פרוגס דיכטונג האָט משפּיע געווען אויף די קלאסיקער פון דער הײַנטצײַטיקער העברעיִשער דיכטונג חיים נחמן ביאליק און שאָול טשערניכאָווסקי און אויף אנדערע ייִדישע און העברעיִשע דיכטער פון זייער דור. יוסף גדליה קלויזנער האָט געשריבן אין זײַן ארטיקל וועגן פרוגס דיכטונג, אז "ער איז א גאָלדענער רינג צווישן גאָרדאָן און ביאליק. גאָרדאָן איז נאָך זײַן לערער, און וואָס איז שייך צו ביאליקן און טשערניכאָווסקין, אין ביִאָגראפיעס סײַ פון דעם סײַ פון יענעם קען מען געפינען, אז פרוג האָט געהאט א באדײַטנדיקע השפּעה אויף אָט די צוויי באנײַער פון דער העברעיִשער דיכטונג". במשך פון זײַן גאנצן שעפערישן וועג האָט פרוג געשריבן אויף ייִדיש און אויף רוסיש, נאָר שטארבנדיק האָט ער אָנגעשריבן עטלעכע לעצטע לידער זײַנע אויף העברעיִש.

זעט אויך

רעדאַקטירן

פון זײַנע ביכער

רעדאַקטירן
  • שמעון שמואל פרוג, לידער און געדאנקען, אָדעס, 1896.

אלע שריפטן פון ש.פרוג אין דרײַ בענדער, ניו-יאָרק, 1927

שמעון-שמואל פרוג, אויסגעקלעבענע שריפטן, בוענאָס-אײַרעס, 1972

Стихотворения С.Г.Фруга в трех томах, С.-Петербург, 1897

שירי פרוג (העברעישע איבערזעצונג פון יעקב קאפּלאן), ווארשע, תרנ"ח-תרנ"ט.

שירי שמעון שמואל פרוג (העברעישע איבערזעצונג פון אברהם לעווינסאָן), תל אביב, תש"א.

וועבלינקען

רעדאַקטירן