כּפֿר־אלדד איז א קהילה-יישוב, וועלכער געהערט צום רעגיִאָנאלן ראט גוש עציון. ער געפינט זיך צום דרום-מזרח פון הרודיון. פון אים עפנט זיך א פּאנאָראם פון מדבר יהודה. די הייך פון כּפֿר־אלדד איבערן ים-ניוואָ איז אן ערך 530 מעטער. דער יישוב איז געגרינדעט געוואָרן אין 1994 אויפן אָרט פון צײַטווײַליקן איבערגאנג-לאגער פון גרינדער פונעם דערבײַיקן יישוב נוקדים, און אָנגערופן געוואָרן נאָכן פּראָפעסאָר ישראל אלדד (שײַב), א מנהיג פון לח"י.

כפר אלדד

אין די לעצטע יאָרן, נאָך דעם, ווי ס'איז געעפנט געוואָרן א נײַער שאָסיי, וואָס פאראייניקט יישובים פון מזרח גוש-עציון, וועלכע רופט מען צומאָל "גוש הרודיון" ("העראדיאן-בלאָק"), און צווישן זיי אויך כפר-אלדד מיטן ירושלימער קווארטאל הר חומה (חומת-שמואל) האָט די צײַט וואָס פארנעמט די נסיעה אין דער הויפּשטאָט פון ישראל זיך פארקירצט ביז 10מינוט (בערך 12 קילאָמעטער). דאָס האָט געבראכט צו א ממשותדיקן וווּקס אין דער צאָל איינוואוינער פון כפר אלדד. די באפעלקערונג פונעם ישוב באשטייט הײַנט-צו-טאָג פון אַרום 160 משפחות (אַרום 600 נפשות). איבער א העלפט פון די אײַנוווינער פון כפר אלדד זײַנען עולים, דער עיקר פונעם געוועזענען ראטנפארבאנד (רוסלאנד, אוקראינע, ווײַסרוסלאנד, גרוזיע, מאלדאווע און לעטלאנד) ווי אויך פון די פאראייניקטע שטאטן, פראנקרײַך, בריטאניע, סיריע, קאלומביע, טשילע און פערו, די איבעריקע תושבים זײַנען געבוירן געוואָרן אין ישראל. כפר-אלדד איז, גלײַך ווי אלע יישובים פון "גוש הרודיון", א געמישטער יישוב (לכלל ישראל), וווּ עס וווינען אינאיינעם פרומע, טראדיציִאָנעלע און וועלטלעכע ייִדן. אינעם יישוב איז טעטיק א שול, א קינדער-יאסלעס ("פעוטון"), א קינדערגאָרטן און א מקווה.

דאָס רוב תושבים פון כפר-אלדד ארבעטן אויסער דעם ישוב, דער עיקר אין ירושלים. א הויכער פּראָצענט פון די אײַנוווינער האָבן אַ הויכבילדונג, אײַנגעשלאָסן עטלעכע דאָקטאָרן פון וויסנשאפטן. אייניקע תושבים ציִען חיונה פון פערד- און שאָף-ציכטונג.

אינעם ישוב וווינט דער אבסארבציע-מיניסטער זאב עלקין.


וועבלינקען

רעדאַקטירן

קאארדינאטן: 31°39′10″N 35°15′08″E / 31.65278°N 35.25222°E / 31.65278; 35.25222