וויעטנאַמעזיש (tiếng Việt) איז די אפיציעלע שפראך פון וויעטנאם. זי איז די מוטער שפראך פון די וויעטנאמעזער, וואָס זענען 87% פון דער גאַנצער באַפעלקערונג פון וויעטנאם.

וויעטנאמעזיש געהערט צו דער אויסטרא־אזיאטישע גרופע פון שפראכן.

אוצר מילים

רעדאַקטירן
 
דאס איז א ביישפיל פון א סתם וויעטנאמעזישער זאץ. די אראנזשע ווערטער זענען אריגינאל פון וויעטנאמעזיש און די גרוינע זענען אריגינאל פון כינעזיש

ווי אין אנדערע אזיע מדינות, וויבאלד אז כינעזיש איז גענוצט געווען פאר אפיציעלע ענינים פאר טויזנטן יארן, פול ווערטער פונעם וויעטנאמעזישער אוצר מילים, סיי וועגן פאליטיק און וויסנשאפט סיי וועגן טעגטעגליכע זאכן, באשטימט פון כינעזיש. בערך צווישן 30% און 60% פון די וויעטנאמעזישע ווערטער קומען פון כינע.

אין דער צייט פון פראנקרייכע אקופאציע, וויעטנאמעזיש האט געבארגן א סאך ווערטער פון פראנצויזיש, צום ביישפיל דעם ווארט cà phê (פון פראנצעזיש "café" קאפע). היינט, א סאך נייע ווערטער זענען געבארגן פון ענגליש, ווי דעם ווארט tivi (פון ענגליש "TV" טעלעוויזיע).

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: וויעטנאמעזיש
 
Wikipedia
וויקיפּעדיע אויף וויעטנאמעזיש