א וואַסער באָמבאַרדירער איז א לופטמאשין באנוצט אין לופט פייערלעשעריי, און בפרט צו קעמפן וואלד פייערן. דאס קען זיין א העליקאפטער אדער א ים-עראפלאן. געוויינטלעך איז עס אן איבערווייז פון געוועזן א מיליטער אדער פראכט לופטמאשין, אבער א טייל זענען לכתּחילה אויסגעפֿורעמט געווארן פאר וואסער באָמבאַרדירן. דאס איז דער צוועק פונעם קאנאדישער קאַנאַדייר CL-215. וואסער באמבארדירערס ווערן באנוצט דורך לופטפלאטן, אדמיניסטראציעס און פּריוואַטע פֿירמעס.

וועבלינקען רעדאַקטירן

 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: לופט פייערלעשעריי