לופטמאשין
מאשין וואס קען פארן אין דער לופט
א לופֿטמאַשין[1] איז א פֿאָרמיטל וואס פֿליט. עס זענען פאראן צוויי סארטן לופֿטמאשינען (אדער פליווארג). טייל זענען שווערער פון דער לופֿט, און האלטן זיך ארויף דורך באוועגן לופֿט איבער זייערע פליגלעך, ווי למשל עראָפלאַנען, העליקאָפּטערס און אַוויאָנעטקעס. אנדערע זענען לייכט, און שווימען אין די לופֿטן, ווי לופֿטבאַלאָנען און לופֿטשיפֿן.
אין אלגעמיין פֿאָרט אַ לופֿטמאַשין מיט מאטאר מאַכט, ווי עראָפלאַנען, העליקאָפּטערס און לופֿטשיפֿן. אבער אַוויאָנעטקעס און לופֿטבאַלאָנען פֿאָרן אָן מאַכט.
אין דעם 15טן יארהונדערט האט לעאנארדא דא ווינטשי געפלאַנעוועט די ערשטע לופֿטמאַשין וואס איז געווען שווערער פֿון די לופֿטן, די אוויאנעטקע. ער האט אויך געפלאַנעוועט אַ העליקאָפּטער-ענלעכע מאַשין.
וועבלינקען
רעדאַקטירןוויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
לופֿטמאַשינען