דראהביטש
(אַריבערגעפֿירט פון דראָביטש)
|
דראָהביטש אָדער דראָביטש און אָפטערס דראָהאָביטש, (אוקראיניש: Дрого́бич; פּויליש: Drohobycz) איז א שטאָט פלאצירט בײַם צוזאמענפלוס פון דעם טיסמעניץ טײך און דעם סערעט טײך, א בײטײך פונעם ערשטן, אין דער לעמבערגער גובערניע, מערב אוקראינע. די באפעלקערונג איז געווען אומגעפער 73,682 אײַנוואוינער (אין 2022).
פריער איז די געגנט געווען אין מזרח גאליציע.
באקאנטע יידן פון דראהביטש
רעדאַקטירן- רבי יצחק דראהאביטשער
- רבי אלעזר ניסן טייטלבוים, שטאטס רב
- רבי חיים מוניא שפירא
- ברונא שולץ, שרייבער און מאלער
באקאנטע ביי חסידים פון דראהביטש אמאל
רעדאַקטירן- רבי משה לאבין דער זיידע פונעם זידיטשויווער רבי נפתלי צבי לאבין און פון רבי יחיאל חיים לאבין דער מאקאווער רבי.
אויך דער נשיא פון דעם גאליציאנער כולל רבי יצחק לייב סופר - וואס איז דארט געווען אן איידעם ביים גביר ר' דוד לינדנבוים - האט דארט געוואוינט.
דער ייטב לב איז אויך געווען דארט רב פאר דריי יאר, דערנאך איז געווען דארט רב זיין זון הרב נחום הערש.
וועבלינקען
רעדאַקטירןוויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
דראהביטש