דוד טווערסקי פון סקווירא (א)

דוד טווערסקי פון סקווירא (א)
סקווערער רבי
געבורט י"ד ניסן תר"ח
פטירה ט"ו כסלו תר"ף
קיעוו
חסידות סקווירא
הויף ארט סקווער
נומער אין דינאסטיע 2
פאריגער רבי יצחק טווערסקי
נאכפאלגער רבי יעקב יוסף טווערסקי
פאטער רבי יצחק טווערסקי
מוטער חנה סימא
ווייב1 חוה גאלדא
ווייב 2 צפורה

רבי דוד טווערסקי (ערב פסח ה'תר"ח - ט"ו כסלו ה'תר"ף), באקאנט מיטן נאמען ר' דוד'ל סקווערער, איז געווען דער צווייטער סקווערער רבי. ער איז געווען א זון פון רבי יצחק טווערסקי פון סקווירא, זון פונעם טשערנאבלער מגיד - ר' מאטעלע.

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

רבי דוד איז געבוירן ערב פסח אין יאר תר"ח צו זיין פאטער ר' איציקל סקווערער און זיין מוטער חנה סימא (א טאכטער פון ר' הערשל סקווערער, אן אייניקל פון בעל שם טוב). ער האט געוואוינט אין סקווירא ביז די ערשטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן אין תרע"ד. שפעטער האט ער געוואוינט אין קיעוו (היינט אוקראינע) ביז זיין פטירה אום ט"ו כסלו תר"ף.

רעביסטעווע

רעדאַקטירן

זיין פאטער האט געזאגט אויף אים; 'ווען מיין דוד'ל איז געבוירן, איז שוין קיין שום חמץ נישט געווען אין שטוב', מיינענדיג צו זאגן, אז ער איז געווען א דערהויבן קינד.

ר' דוד משה פון טשארטקאוו האט געזאגט, 'צוויי דוד'לעך שיינען ארויס פון אוקראינע, ר' דוד'ל סקווערער, און ר' דוד'ל זלאטיפאלער.

ער איז געווען א געוואלדיגער שווייגער, ער האט אמאל געזאגט פאר א פרעגער, וויאזוי ער קען אזוי שווייגן, אפילו ביי די שווערסטע צייטן זיך נישט באקלאגן און נישט רעאגירן אויף קיין שום מחלוקה אדער ווייטאג. 'מען שווייגט און מען שווייגט, מען רוהט זיך אפ אביסל און מען שווייגט ווידער'..

דער אלטער סקווערער רבי ר' יעקב יוסף (זיין זון) האט געזאגט אויפן פאטער, 'א יוד וואס האט געארבעט א יאר זיבעציג, מ'זאל נישט האבן וואס צו פארציילן נאך אים'.

הרב דוד טווערסקי פון סקווירא האט געהייראט בזיווג ראשון חוה גאלדא, א טאכטער פון זיין פעטער הרב שלמה פון סאווראן. זייערע קינדער:

בזיווג שני האט ער חתונה געהאט מיט צפורה, א טאכטער פון ר' אליקים געציל פון אוסטראה, אן איידעם ביי רבי יוסף דוד פון אליק. זייערע קינדער:

פֿריערדיגער:
רבי יצחק טווערסקי
דער סקווערער רבי נאָכפֿאלגער:
רבי יעקב יוסף טווערסקי