דוב יפה
הרב דוב יפה (ט"ו סיון ה'תרפ"ח, 3טן יוני 1928 - י"ט מרחשוון ה'תשע"ח, 8טן נאוועמבער 2017) איז געווען דער משגיח אין דער כנסת חזקיהו ישיבה אין כפר חסידים, אין דער קול יעקב ישיבה אין ירושלים און אין דער קרן אורה ישיבה אין כרמיאל. ער איז געווען איינער פון אויסגעצייענטע בעלי מוסר אין די ת״ש יארן.[1]
![]() | |
געבורט |
1928 ט"ו סיון תרפ"ח ווילנא ![]() |
---|---|
טויט |
8 נאוועמבער 2017 (אלט 89 בערך) י"ט חשוון תשע"ח ![]() |
קבורה ארט |
רכסים ![]() |
מדינה |
ישראל ![]() |
לערנארט |
פאנאוועזשער ישיבה ![]() |
טעטיקייט ארט | רכסים, כפר חסידים, ירושלים |
באלאנג | מתנגדים |
באשעפטיגונג | מוסר |
חיבורים | לעבדך באמת |
בת זוג | רבקה |
![]() ![]() |
ביאגראפיערעדאַקטירן
ער איז געבוירן געווארן אין ווילנע צו צבי יחזקאל און טובה גיטל יפה. אין יאר ה'תרצ"ה איז די משפחה ארויפגעגאנגען אין ארץ ישראל און האט זיך באזעצט אין תל אביב. ער האט געלערנט אין יישוב החדש, חברון, פאנעוועזש און סלאבאדקע. ער האט זיך געהאלטן בקשר מיטן חזון איש און ער פלעג איבערזאגן ווערטלעך פון אים.[2]
אין די תש״ך יארן האט מען אים באשטימט משגיח אין דער כנסת חזקיהו ישיבה, אין דער תקופה ווען הרב אליהו לאפיאן איז געווען דער מנהל רוחני פון דער ישיבה. אלול תש"ל, נאך לאפיאן׳ס פטירה, האט ער איבערגענומען דעם אמט פון מנהל רוחני פון ישיבה. ער האט געוואוינט אין רכסים, נאענט צו דער ישיבה. אויך האט ער געדינט ווי משגיח אין קול יעקב אין ירושלים און אין קרן אורה כרמיאל.
כ"ו אב תשע"ב איז ער געווארן א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה.
זיינע שמועסןרעדאַקטירן
הרב יפה האט געגעבן יעדע וואך צענדליגער מוסר שמועסן און וועד׳ן אין די ישיבות וואו ער איז געווען משגיח און אויך אין בית המוסר אין ירושלים.
משפחהרעדאַקטירן
הרב יפה האט געהייראט רבקה כהן, א יתומה וואס איז אויפגעוואקסן ביי איר פעטער הרב אהרן כהן, ראש ישיבה אין חברון. זייערע קינדער זענען
- הרב צבי, ר"מ אין קרן אורה אין כרמיאל.
- הרב מרדכי, ראש בית המדרש "פרידמאן" אין מיר.
- די ווייב פון הרב שלום חיים ווייס, משגיח אין דער זיכרון מיכאל ישיבה גדולה אין זכרון יעקב.
- די ווייב פון הרב יונתן עבער, פריער משגיח אין אור ישראל און היינט משגיח אין היכל יצחק.
- די ווייב פון הרב דניאל ערנפרוינד, משגיח אין תפרח.
- די ווייב פון הרב נתן שרון פון בני ברק, א מחבר פון הלכה ספרים.
זיינע תלמידיםרעדאַקטירן
- הרב נסים חמווי
- הרב אברהם חיים עדס
- הרב אליהו אשכנזי
- הרב אברהם אליעזר סופר
- ברודער איונגע הרב דוד "אהרון" סופר
- הרב מרדכי "מאטי" יונגערמאן
- ברודער אגרויסע הרב אהרן "אהרל'ה" יונגרמן
- הרב אלעזר ביטון
- ברודער איונגע הרב יוחאי ביטון
- הרב אריה "ארקה" רייזל
- הרב אריה פויזן
- הרב דניאל חובארא, מהדיר ספר שדי חמד
רעפערענצןרעדאַקטירן
- ↑ מוסטער:אנשים ישראל
- ↑ ראו גם בהקדמת הספר "פאר הדור" על חיי החזון איש