רכסים
לאקאלער ראט אין ישראל
|
רְכָסִים (בארגקייטן) איז א לאקאלער ראט אין דעם חיפה דיסטריקט פון ישראל, וואס געפינט זיך אין דעם זבולון טאל, 5 ק״מ דרום־מזרח פון חיפה, צפון פון כפר חסידים. דער יישוב איז געגרינדעט געווארן אין 1951. דאס שטעטל האט עטלעכע 10,000 איינוואוינער, מערסטנס חרדים.
געשיכטע
רעדאַקטירןדער יישוב איז געגרינדעט געווארן אין 1951.
אין יאר 1955 איז אנגעקומען אין רכסים א גרופע יונגע חרדישע יידן פון זכרון יעקב און זיי האבן אויפגעשטעלט דעם כנסת יחזקיהו ישיבה אויף באדן וואס רבי נח שמעונאוויטש האט געקויפט.
אין 1959 האט רכסים באקומען דעם סטאטוס פון א לאקאלן ראט.