בין השמשות
אין הלכה, איז בין השמשות די צייט צווישן דעם סוף פון טאג און דעם אנהייב פון נאכט. וויאזוי צו רעכענען בין השמשות איז שוין א מחלוקת אין דער גמרא.[1] פשטות נעמט מען אן דריי פערטל פון א מיל פאר נאכט; אז מען רעכענט א מיל 18 מינוט דויערט בין השמשות 13.5 מינוט. אין ארץ ישראל איז היינט ברייט אנגענומען אז בין השמשות הייבט אן מיט דער שקיעה ביז 18 מינוט נאך דער שקיעה.
להלכה איז בין השמשות א ספק צי ס'איז צי ס'איז נאכט. דאס שאפט א נפקא מינא למשל ווען הייבט אן שבת און יום טוב און אויך ווען זיי גייען אויס. אויך ווען מען רעכנט דעם אכטן טאג פאר א ברית מילה, א קינד וואס איז געבוירן בין השמשות איז א ספק. אויך לגבי הלכות נדה ווען צו מאכן א הפסק טהרה און צו ציילן די שבעה נקיים.
אזוי ווי ס'רעדט זיך פון א ספק דאורייתא דארף מען מחמיר זיין.
כאטש שבת דארף מען זיין פארזיכטיק נישט טון קיין שום מלאכה אפילו בין השמשות, אבער וואס חז״ל האבן גע׳אסר׳ט וועגן א שבות האט מען יא מתיר געווען בין השמשות.
רעפערענצן
רעדאַקטירן
די יידישע טעגליכע זמנים |
עלות השחר | משיכיר | נץ החמה | סוף זמן קריאת שמע של שחרית | סוף זמן תפילה | חצות היום והלילה | מנחה גדולה | מנחה קטנה | פלג המנחה | שקיעת החמה | בין השמשות | ג' כוכבים קטנים | צאת הכוכבים | שעות שוות | שעות זמניות |
אזהרה: מען פסק'נט נישט קיין הלכה פון וויקיפעדיע.