עלות השחר איז טייטש די אויפקום פון די מארגן שטערן.

אין יידישקייט

רעדאַקטירן

דורך אויס יעדן טאג איז איינגעטיילט די טאג אין געוויסע צייטען פאר די אלע מצוות וואס א רעליגיעזע ייד טוט דורכן טאג, וואס נישט אלעס קען געטאן ווערן צו א יעדע צייט פון די טאג.

עלות השחר איז די צייט ווען די נאכט ענדיגט זיך און דער טאג פאנגט זיך אהן.

לויט דער שיטת רבינו תם איז דאס 72 מינוט פארן זון אויפגאנג, און אזוי ווערט געפסקנט אין מגן אברהם אז פון עלות השחר ווערן גערעכנט די שעות זמניות פון טאג.

דאס איז די לעצטע צייט וואס מען קען דאווענען מעריב.

אויך איז דאס געווען די לעצטע צייט וואס מען האט אין בית המקדש געקענט צו ענדיגן די קרבנות פונעם פריערדיגן טאג.



די יידישע טעגליכע זמנים
                      

עלות השחר | משיכיר | נץ החמה | סוף זמן קריאת שמע של שחרית | סוף זמן תפילה | חצות היום והלילה | מנחה גדולה | מנחה קטנה | פלג המנחה | שקיעת החמה | בין השמשות | ג' כוכבים קטנים | צאת הכוכבים | שעות שוות | שעות זמניות