סוף זמן תפילה
סוף זמן תפילה איז די לעצטע צייט אין טאג וואס מען קען דאווענען שחרית.
די משנה אין מסכת ברכות זאגט אז מען קען דאווענען שחרית לויט ר' יהודה ביז די פערטע שעה אין טאג, און לויט די רבנן ביז חצות.
אין שלחן ערוך ווערט געפסקנט אזוי ווי ר' יהודה ביז די פערטע שעה אין טאג.
עס זענען עטליכע מיינונגען אין ווען די ענדע פון די פערטע שטונדע איז:
- שיטת הגר"א און בעל התניא, און לויטן לבוש זענען אלע מסכים - וואס איז די אנגענומענע שיטה פאר סוף זמן תפילה - דאס ווערט אויסגערעכנט דורכדעם וואס מען רעכנט צוזאם אלע מינוטן אין טאג פון די נץ החמה ביז שקיעת החמה אין מען ציטיילט דאס אין 12 טיילן. און לויט וויפיל מינוט עס איז דא אין יעדע טייל איז דאס א שטונדע. דאן ציילט מען פיר אזעלכע שטונדעס פון די נץ החמה. וויבאלד די צייט פון נץ החמה און שקיעת החמה זענען נישט יעדען טאג אייניג איז סוף זמן תפילה אויך נישט די זעלבע צייט יעדען טאג.
- שיטת מגן אברהם - דאס ווערט אויסגערעכנט דורכדעם וואס מען רעכנט צוזאם אלע מינוטן אין טאג פון עלות השחר ביז צאת הכוכבים און מען ציטיילט דאס אין 12 טיילן. און לויט וויפול מינוט עס איז דא אין יעדע טייל איז דאס א שטונדע. דאן ציילט מען פיר אזעלכע שטונדעס פון די עלות השחר. וויבאלד די צייט פון עלות השחר און צאת הכוכבים זענען נישט יעדען טאג אייניג איז סוף זמן תפילה אויך נישט די זעלבע צייט יעדן טאג.
- שיטת קאמארנא - אז מען ציילט 4 שעות שוות פון זעקס אזייגער, לויט דעם איז אלעמאל סוף זמן תפילה אום 10 אזייגער אינדערפרי אויף דער געהעריגער זייגער, און 11 אזייגער פארמיטאג אויף דער זומער זייגער.
די יידישע טעגליכע זמנים |
עלות השחר | משיכיר | נץ החמה | סוף זמן קריאת שמע של שחרית | סוף זמן תפילה | חצות היום והלילה | מנחה גדולה | מנחה קטנה | פלג המנחה | שקיעת החמה | בין השמשות | ג' כוכבים קטנים | צאת הכוכבים | שעות שוות | שעות זמניות |