באיאן (הויף)
(אַריבערגעפֿירט פון באיאן/שטאמבוים)
באיאן איז א חסידות געגרינדעט אין דער שטאט באיאן, אוקראינע, וואס שטאמט פֿון דעם הייליגן רוזשינער רבי'ן.
דער ערשטער באיאנער רבי איז געווען רבי יצחק פֿרידמאן (תר"י - תרע"ה) פֿון באיאן, בוקאווינע, דער „פחד יצחק" פֿון באיאן. זײַן פֿאטער איז געווען רבי אברהם יעקב פֿרידמאן פֿון סאדיגורא, א זון פֿון רבי ישראל פֿון רוזשין, וואס האט געגרינדעט דאס שושלת רוזשין.
נאך דער פטירה פֿונעם פחד יצחק האבן זײַנע פֿיר זין אנגעהויבן צו פֿירן רעביסטעוועס.
- דער עלצטער זון, הר"ר מנחם נחום, איז געווארן רבי אין טשערנאוויץ.
- דער צווייטער זון, הר"ר ישראל (תרל"ח - תשנ"א), איז געווארן רבי אין לייפציג, דייטשלאנד. אין תרצ"ט איז ער אריבער קיין תל אביב.
- דער דריטער זון, הר"ר אברהם יעקב (תרמ"ד - תש"ב), איז געווארן רבי אין לעמבערג. די נאציס האבן אים געהרגעט.
- דער יינגסטער זון, הרה"צ מרדכי שלמה פֿרידמאן, האט זיך געצויגן קיין אמעריקא וווּ ער האט ממשיך געווען די דינאסטיע. נאך זײַן פטירה אין תשל"א איז זײַן אייניקל (זײַן טאכטער'ס א זון) הרה"צ נחום דוב ברייער געווארן באיאנער רבי.
דער באיאנער הויף געפֿינט זיך הײַנט צוטאגס אין ירושלים ארץ ישראל מיט מוסדות איבער דער וועלט.
באיאנער ייחוס
רעדאַקטירן
|
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
באיאנער הויף