אברהם יעקב פרידמאן (באיאן)

רבי אברהם יעקב פרידמאן הי"ד (כ"ד ניסן ה'תרמ"ד - ב' אלול ה'תש"ב), פון באיאן און לעמבערג.

אברהם יעקב פרידמאן
געבורט 19 אפריל 1884
כ"ד ניסן ה'תרמ"ד
סאדיגורא, עסטרייך אונגארישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 15 אויגוסט 1942 (אלט 58)
ב' אלול ה'תש"ב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באלאנג באיאן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי אברהם יעקב איז געבוירן אין סאדיגורא כ"ד ניסן ה'תרמ"ד, צו זיין פאטער הרב יצחק פרידמאן, פון באיאן, א זון פון הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת מלכה א טאכטער פון הרב יוחנן טווערסקי, פון רחמיסטריווקא.

נאך זיין חתונה האט רבי אברהם יעקב געגעסען קעסט ביי זיין שווער אין לויעב, נאך די פטירה פון זיין שווער איז ער צוריק געפארן קיין באיאן צו זיין פאטער.

ביי די ערשטע וועלט קריג איז רבי אברהם יעקב אנטלאפן קיין וויען צוזאמען מיט זיין פאטער, נאך די קריג האט רבי אברהם יעקב זיך באזעצט אין לעמבערג און דארט אנגעפירט זיין רבישין הויף.

רבי אברהם יעקב איז אומגעקומען אויף קידוש השם הי"ד ב' אלול ה'תש"ב.

רבי אברהם יעקב האט געהייראט י"ח סיון ה'תרנ"ה, מרת חנה הי"ד ( - ב' אלול ה'תש"ב), א טאכטער פון הרב מרדכי טווערסקי, פון לאיעוו, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון לאיעוו, א זון פון הרב אהרן טווערסקי פון טשערנאביל. זיי האבן נישט זוכה געווען צו קינדער.

זעט אויך

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו (5)


[[קאטעגאריע:רוזשינער אדמורי"ם{אברהם יעקב]]