ששון
טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער ייִדישער װיקיפּעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.
שרײַבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: װיקיפּעדיע:וויאזוי צו רעדאקטירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "פֿאראויסדיקער אויסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט..שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויף (+) וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן בײַם אויפֿהיטן אלס אן אונטערשריפט װעלכע אַנטהאַלט אײַער נאמען, און א לינק צו אײַער באניצער בלאט, און די פונטקלעכע צײַט און דאַטע.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באנוצער, באדינט בדרך כלל דעם באנוצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירושע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.
מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.
מיט דאנק
פון אלע וויקיפעדיע באניצערס, לייענערס, און שרייבערס
איר זאלט נישט זיין בייז, טאמער וועל נישט לייגן גענוי אין פלאץ פאשידענע הערות צו זאצן, ווייל ס'קומט מיר אן שווער, איך וועל אבער יא פראבירן
קאטעגאריע:קאמיקער
רעדאַקטירןאיר ווילט שאפן א קאטעגאריע:קאמיקער? וועמען ווילט איר אריינשטעלן אין דער נייער קאטעגאריע? ס'איז שוין פאראן א קאטעגאריע:בדחנים. אפשר איז דאס פאסיג? --פוילישער 10:24, 23 מײַ 2010 (UTC)
- גערעכט, אבער כ'מיין אז געווענליך בדחנים טייטש גראמער, קאמיקער איז די ריכטיגע טייטש פון בדחן, אבער אין דעם קאטעגאריע קומט צוטיילט, סטענדאפ, שאוי שפילער, ווידיאו שפילער, וכדומה -- די באמערקונג איז געשריבן פון באניצער ששון וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן.
- אוודאי ווען מען וועט האבן 50 אדער 60 ארטיקלען וועגן פארשידענע קאמיקער איז כדאי צו צעטיילן למיניהם, אבער דערווייל איז עס נאך נישט ניצלעך. סה"כ האט קאטעגאריע:בדחנים אינגאנצן נאר 12 ארטיקלען. דערווייל זע איך נישט קיין צוועק אין שאפן א נייע קאטעגאריע, אחוץ ווען ס'איז פאראן אן ארטיקל וואס פאסט נישט אריין אין קאטעגאריע:בדחנים און וואלט יא אריינגעפאסט אין א נייער קאטעגאריע. --פוילישער 12:16, 23 מײַ 2010 (UTC)
מנשה לוסטיג
רעדאַקטירןאיר קענט ארויפלאדן בילדער אין דעם "טעקע:" נאמענטייל. די בילדער מוזן זיין פריי פון קאפירעכט. --פוילישער 16:27, 23 מײַ 2010 (UTC)
א ייש"כ פארן בילד. ווען מען שטעלט א בילד אין אן ארטיקל דארף מען נאר [[טעקע:נאמען פון בילד]].--פוילישער 16:32, 23 מײַ 2010 (UTC) http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%98%D7%A2%D7%A7%D7%A2:Nbaav_kuxyhdi.jpg
שטרייכלעך
רעדאַקטירןזייט אזוי גוט, ווען איר דארפט צוויי שטרייכלעך ", קלאפט דאס אלס איין סימבאל, נישט צוויי באזונדערע שטרייכלעך ' ' (וואס מאכט קאליע דעם אויסלייג פונעם בלאט). א דאנק! --פוילישער 22:37, 23 מײַ 2010 (UTC)
בילדער
רעדאַקטירןזייט אזוי גוט, ווען איר לאדט אן א בילד אין וויקיפעדיע:
- גיט דאס בילד א נאמען וואס באדייט דעם אינהאלט
- באשרייבט דעם מקור פונעם בילד מיט א געהעריגן ליצענץ. וויקיפעדיע טאר נישט פארעפנטלעכן בילדער וואס האבן נישט קיין ערלויבונג.
--פוילישער 21:32, 25 מײַ 2010 (UTC)
די בילדער וואס איך לייג ארויף זענען אן קיין בעל הבית, אדער זענען זיי פון מיינע ארכיוון, דאס טייטש איך האב א אוצר פון אייגענע געכאפטע בילדער, און אויכעט בין איך נישט מפרסם בילדער אויב זיי זענען נישט פארשפרייט אין גאס און געהערט נישט ספעציפיש פאר איינעם פערזענליך. -- די באמערקונג איז געשריבן פון באניצער ששון וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן.
- א דאנק. זייט אזוי גוט, שרייבט ביי יעדן בילד צי דאס האט איר אליין געכאפט און גיט רשות צו אלעמען צו ניצן, אדער צי דאס האט אן אנדער מקור. --פוילישער 04:34, 26 מײַ 2010 (UTC)
די בילד פונעם סימבאל פון 'וויליטש אף נוי סקווער' האב איך גענומען.
די בילד פונעם אלטן סקווערן רבין, איז הפקר, און יעדער נוצט עס.
די בילד פונעם היינטיגן סקווערן רבי'ן, איז א בילד וואס געהער פארן פובליקום -- די באמערקונג איז געשריבן פון באניצער ששון וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן.
- וועגן די בילדער פון די רבי'ס, לויט די געזעצן פון וויקיפעדיע מעג מען נאר ניצן א בילד וואס האט א קלאר ערלויבניש. ד"ה אדער דער בילד איז זייער אלט (אין וועלכן יאר האט מען געמאכט דאס בילד פון פריערדיגן סקווערער רבי'ן?) אדער דער וואס האט געמאכט דאס בילד גיט רשות אויסדרוקלעך. ליידער דאז זענען די באדינגען פון וויקיפעדיע. --פוילישער 21:55, 26 מײַ 2010 (UTC)
דאס בילד פונעם אלטן סקווערן, איז פון יאר תשי"א, דאס הייסט זעכציג יאר צוריק
- לויטן געזעץ אין אמעריקע (און אויך א סאך אנדערע לענדער) איז דאס בילד נאך געשיצט מיט קאפירעכט, און וויקיפעדיע איז נישט ערלויבט צו ניצן דאס בילד אן רשות פון דעם מחבר (ווער ס'האט עס פאטאגראפירט). אפשר איז דא אן עצה ווייל ס'איז היינט אוממעגלעך צו שאפן א ניי בילד—כ'מוז נאכקוקן. --פוילישער 17:45, 27 מײַ 2010 (UTC)
דאס בילד פון שיכון סקווירא איז מיין בילד
- וועלכע בילד? --פוילישער 20:17, 27 מײַ 2010 (UTC)
אונטערשרייבן
רעדאַקטירןזייט אזוי גוט און שרייבט אונטער אייערע ביישטייערונגען צו רעדן בלעטער. א דאנק פאראויס. --פוילישער 13:29, 28 מײַ 2010 (UTC)
- פארגעסט נישט אונטערשרייבן מיט ~~~~ אויף רעדן בלעטער --פוילישער 15:47, 6 יוני 2010 (UTC)
- כ'בעט בכל לשון של בקשה, שרייבט אונטער וואס איר שרייבט אויף א רעדן בלאט, לויטן שטייגער פון וויקיפעדיע. --פוילישער 22:56, 6 יוני 2010 (UTC)
קאטעגאריעס
רעדאַקטירןצו שטעלן א קאטעגאריע שרייבט מען [[קאטעגאריע:נאמען]] ביים סוף פונעם ארטיקל. (אנשטאט 'נאמען' שרייבט מען דעם נאמען פון דער קאטעגאריע.) מען מאכן גרינגער די ארבעט ווען מען קליקט אויף דעם לינק [[קאַטעגאָריע:]] אונטער דעם רעדאקטירונג שויב. --פוילישער 13:36, 28 מײַ 2010 (UTC)
צוויי נייע ארטיקלען
רעדאַקטירןאיר האט אנגעהויבן צוויי נייע ארטיקלען, יחזקאל שרגא מערץ און שמעון ישראל פאזען. אין יעדן ארטיקל איז נאר דא איין זאץ, וואס איז נישט גענוג צו זיין אין אן ענציקלאפעדיע. זייט אזוי גוט שרייב צו א פאר פאראגראפן אין יעדן ארטיקל. --פוילישער 13:02, 30 יוני 2010 (UTC)
קאטעגאריזירן א בלאט
רעדאַקטירןזעט אויבן וויאזוי מען שטעלט א בלאט אין א קאטעגאריע. --פוילישער 23:54, 16 דעצעמבער 2010 (UTC)
סקווערער רבי
רעדאַקטירןאיר האטן אריינגעלייגט ביי רבי דוד טווערסקי א נאכפאלגער. אזוי ווי רבי דוד איז דער היינטיגער רבי, האט ער נאך נישט קיין נאכפאלגער. אזוי איז דער שטייגער ביי אלע סעריעס. --פוילישער 08:25, 15 פעברואר 2011 (UTC)
קאַטעגאָריע:סצענאר שרייבער
רעדאַקטירןאיר האט באשאפן די נייע קאַטעגאָריע:סצענאר שרייבער, וואס האט אבער נישט קיין ארטיקלען וואס געהערן צו איר. טא וואס איז דער צוועק פון דער קאטעגאריע? --פוילישער 10:32, 20 פעברואר 2011 (UTC)
- דאס דארף זיין די קאטאגאריע פון 'דראמאטורג', נאר קיינער ווייסט נישט וואס דאס מיינט. צום היינטיגן פארשטאנד, דארף דאס הייסן סצענאר שרייבער. און ס'יא דא מער אינפארמאציע ווען איר גייט אריין אינעם נושא, וואס כ'האב געשריבן און צוגעלייגט, ואתכם הסליחה, [אגב, א גרויסן דאנק פארן בכלל העלפן, איך האב באמת הנאה] ששון 14:24, 20 פעברואר 2011 (UTC)
- דאס איז צוויי פארשידענע זאכן. א דראמאטורג שרייבט פארן טעאטער. דער וואס שרייבט פאר פילמען און טעלעוויזיע רופט מען א סצענאר־שרייבער. אדרבא, שטעלט צו א פאר ארטיקלען וועגן סצענאר־שרייבער, מען וועט קענען זיי אריינשטעלן אין דער קאטעגאריע. --פוילישער 16:57, 20 פעברואר 2011 (UTC)
קאטעגאריע:איבערזעצערס
רעדאַקטירןדי קאטעגאריע:איבערזעצערס איז בעיקר פאר ארטיקלען וועגן איבערזעצערס. דער פאך פון איבערזעצונג געהערט נישט צו דער קאטעגאריע. --פוילישער 23:43, 20 פעברואר 2011 (UTC)
- געווענליך, אז מ'רעדט פון א מתרגם, מתורגמן, דאלמעטשער, טראנסלעטער, וכדומה, שרייבט מען א פוד פעידש, ווער איז דאס א איבערזעצער למשל. נישט ריכטיג?
ששון 23:49, 20 פעברואר 2011 (UTC)
- ווייל צום ביישפיל, ווי פונקטליך מוז דער זיכער, דאס טרעפן, אויב נישט ביים קאטעגאריע פון איבערזעצונג. ששון 23:54, 20 פעברואר 2011 (UTC)
- כ'בין מסכים. קאטעגאריע:איבערזעצער ווערט קאטעגאריזירט אונטער איבערזעצונג, ווייל דעם איבערזעצער'ס פאך איז איבערזעצונג. אבער פארקערט נישט-דער פאך איז נישט קיין אפטייל פונעם פאכסמאן. אזוי אויך ביי אלע אנדערע פאכן. --פוילישער 08:28, 21 פעברואר 2011 (UTC)
איר האט באוועגט דעם ארטיקל "אויסדרוק" צו סלאגאן. (אחוץ דעם וואס אין ארטיקל שטייט נאכאלץ "אויסדרוק") דאס ווארט "סלאגאן" האט אן אנדער באדייט "קלינגווארט". טאמער איר האלט אז "אויסדרוק" איז נישט דאס ריכטיגער טיטל, אפשר איז בעסער צו ניצן "שפריכווארט"? --פוילישער 00:25, 27 פעברואר 2011 (UTC)
איך האלט אז 'סלאגאן' איז די ריכטיגע קעפל, אויב איר האלט עפעס אנדערש, דאן טוישט עס, קען זיין שפריכווארט איז טאקע בעסער, אבער קלינגווארט איז עפעס נישט פארשטענדליך פאר היינטיגע יודיש רעדעוודיגע. אנטשולדיגט.ששון 00:35, 27 פעברואר 2011 (UTC)
ליפא שטויבער
רעדאַקטירןדער ארטיקל ליפא שטויבער וואס איר האט אנגעהויבן איז זייער זייער קורץ. זייט אזוי גוט שאף עפעס א חתיכה הראויה להתכבד. א דאנק פארויס! --פוילישער 19:11, 10 מערץ 2011 (UTC)
קאטעגאריע:סקווירא
רעדאַקטירןא דאנק פארן אריינלייגן עטלעכע ארטיקלען אין קאטעגאריע:סקווירא. איך האב אראפעגענומען א פאר וואס געהערן נישט דארטן, למשל, דער טשערנאבלער מגיד געהערט נישט אין דער קאטעגאריע. דאס שייכות איז פארקערט, די סקווירא קאטעגאריע געהערט צו קאטעגאריע:טשערנאבל. כל טוב! --פוילישער 22:01, 29 יוני 2011 (UTC)
- גערעכט! איך פראביר ווי איך קען ביישטייערן, און וואס ס'פאלט מיר איין פרישע ידיעות וואס פעלט, לייג איך צו. איך וואונדער מיר צו דו שרייבסט אין די אנדערע וויקיפעדיע אויכעט, ווי צום ביישפיל, אין ענגליש צו עברית. ששון 22:07, 29 יוני 2011 (UTC)
- אדרבא! איר העלפט אסאך פארבעסערן די יידישע וויקיפעדיע. איך שרייב א ביסל אין די וויקיפעדיעס אויף ענגליש און העברעיש, אבער מיין עיקר ארבעט איז דא, וואו עס פעלט אויס. --פוילישער 22:20, 29 יוני 2011 (UTC)
קענט גריביץ
רעדאַקטירןנישט געהערט פון אזא מענטש. מסתמא ער עקזיסטירט נישט. --פוילישער 17:58, 30 יוני 2011 (UTC)
- וואס, דו קלערסט איך שרייב סתם אויפגעטראכטע זאכן? ער איז א גרויסע לויער, און האנדעלט יעצט מיט 'לויער שעכטמאן' א שווערע קרימינאלע אקט, אינערהאלב סקווער, ער האט א לאנגע היסטאריע. איך קען עהם דווקא יא. ששון 18:48, 30 יוני 2011 (UTC)
- ניין, אוודאי נישט. אבער איר האט געשריבן אן ארטיקל פון איין זאץ, וואס ווייזט נישט אויס קיין שום אורזאך פארוואס דער מענטש איז מערקווירדיק צו האבן אן ארטיקל אין וויקיפעדיע, אן קיין שום מקורות. --פוילישער 23:06, 30 יוני 2011 (UTC)
- וויאזוי שרייבט מען קענט גריביץ אויף ענגליש? --פוילישער 07:19, 29 אויגוסט 2012 (UTC)
- ניין, אוודאי נישט. אבער איר האט געשריבן אן ארטיקל פון איין זאץ, וואס ווייזט נישט אויס קיין שום אורזאך פארוואס דער מענטש איז מערקווירדיק צו האבן אן ארטיקל אין וויקיפעדיע, אן קיין שום מקורות. --פוילישער 23:06, 30 יוני 2011 (UTC)
טראני טווערסקי
רעדאַקטירןוואס איז אייער מקור אז ר' מאטעלע רחמיסטריווקער'ס רביצין האט געהייסן טראני? --פוילישער 05:41, 4 יולי 2011 (UTC)
- וואס הייסט, איך בין אויפגעוואקסן אין סקווער, און איך קען די יחוס און די נעמען, זי איז געווען א אייניקל פון ר' פנחס קאריצער, איר פאטער איז געווען פון די סלאוויטע ברודער וואס זענען געווען אין טורמע ששון 19:11, 4 יולי 2011 (UTC)
- טא, וואס שעמט איר צו ברענגען א מקור דערצו? דרך אגב, נישט איר פאטער נאר איר זיידע איז געווען פון די סלאוויטער ברידער. --פוילישער 14:00, 5 יולי 2011 (UTC)
- איר זענט גערעכט, אבער וואס מיינט א מקור, אז א מכון צו מערכת אין סקווירא איז עס מאשר, איז עס מקורות'דיג גענוג? זיי שרייבן אלץ וואס זיי ווייסן פון וואס מ'הערט פונעם סקווערן רבין אליין, אין בחצר הקודש אויב דו ווייסט וואס דאס איז. ששון 19:18, 5 יולי 2011 (UTC)
- יא, אוודאי, למשל דער נאמען פון א ספר וואו דאס ווערט דערמאנט. --פוילישער 19:28, 5 יולי 2011 (UTC)
- גוט, איך קוק יעצט נאך אין 'בקדושה של מעלה' תולדות מהרי"י מסקווירא, דארט שטייט אז ער איז געווען א איידים ביי ר' חנינא ליפא מזיטאמיר נכדו של ר' פנחס מקוריץ, נו, איז עס פון די מדפיסים, כ'מיין אז יא. און דאס ווייטערדיגע וואס איך שרייב זעץ איך פאר וואס שטייט דארט אויכעט אינעם בקדושה של מעלה. כל הכבוד ששון 19:40, 5 יולי 2011 (UTC)
- ווען מעגלעך, שרייב צו וועלכן בלאט אין "בקדושה של מעלה". א דאנק. --פוילישער 22:50, 5 יולי 2011 (UTC)
איך דארף אייך מודיע זיין אז דער ארטיקל חיים פריעד וואס איר האט אנגעהויבן איז געשטעלט צו ווערן אויסגעמעקט גיך ווייל ער איז ליידיג. טאמער איר ווילט האלטן דעם ארטיקל, זיי אזוי גוט שרייבט דארטן גענוג אז ער זאל ווערן א פאסיקן קאנדידאט ארטיקל פאר וויקיפעדיע. א דאנק. --פוילישער 18:19, 28 יולי 2011 (UTC)
שאפן אן אויטאפאטראלירטער גרופע
רעדאַקטירןמען זוכט אייער דעה וועגן שאפן אן אויטאפאטראלירטער גרופע. א דאנק! --פוילישער 06:37, 7 יוני 2012 (UTC)
דער ארטיקל האט נישט קיין אינהאלט, און דער סוביעקט איז נישט מערקווירדיק. איך האלט ביי אויסמעקן דעם ארטיקל. --פוילישער 17:26, 8 אַפריל 2013 (UTC)
נייע בלעטער
רעדאַקטירןזייט אזוי גוט, ר' ששון, איידער איר שאפט א נייעם ארטיקל, קלערט גוט צי די טעמע איז ווערט א באזונדערן ארטיקל. א בלאט וואס איז אינגאנצן ליידיג, אדער וואס זיין גאנצער אינהאלט איז דער טאטע און דער מאן פונעם מענטש, איז נישט קיין ארטיקל. אזעלכע אינפארמאציע קען מען אריינשטעלן אויף אן אנדער בלאט וואס עקזיסטירט שוין. א ייש"כ פאראויס! --פוילישער 22:53, 17 אַפריל 2013 (UTC)
צעהלימער רב
רעדאַקטירןאיר שרייבט א פאר מאל וועגן דעם צעהלימער רב. וועמען מיינט איר? --פוילישער 19:06, 12 דעצעמבער 2016 (UTC)
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=4433&start=25 ששון (רעדן) 19:16, 12 דעצעמבער 2016 (UTC) ס'מיר א חידוש אז איר ווייסט נישט ווער דאס איז, ער האט געגעבן די ערשטע חרדישע הכשר אין אמעריקא און ספעציעל אויף 'קדם' וויין. ששון (רעדן) 19:18, 12 דעצעמבער 2016 (UTC)
ששון'ס הערות
רעדאַקטירןזעט תשובה אויף מיין באניצער רעדן בלאט. --פוילישער 09:11, 13 דעצעמבער 2016 (UTC)
… איז נישט קיין ארטיקל. --פוילישער 23:08, 17 יאַנואַר 2017 (UTC)
ביטע ממשיך זיין שרייבן דא
רעדאַקטירןאיך וועל אייך פראבירן העלפן, ייש"כ גלייכער (רעדן) 22:04, 6 אויגוסט 2018 (UTC)
ביסט דו אליין?
רעדאַקטירןאיך זע אז דו עקשנסט זיך אים צו רופן מנשה אנשטאט זיין אמתן נאמען מרדכי. ►רוני◄ (רעדן) 04:58, 4 מערץ 2020 (UTC)
- פאר אלעס, וואס הייסט עקשנות? אין אלע ארטיקלען רופט מען א שטערן ביים צונאמען, און זיין נאמען איז משה מרדכי. ששון (רעדן) 05:06, 4 מערץ 2020 (UTC)
איך האב צום ווייניגסטן פאראכטן צוויי קליינע איבערטריבענע שבחים. ►רוני◄ (רעדן) 14:59, 15 מערץ 2020 (UTC)
We sent you an e-mail
רעדאַקטירןHello ששון,
Really sorry for the inconvenience. This is a gentle note to request that you check your email. We sent you a message titled "The Community Insights survey is coming!". If you have questions, email surveys@wikimedia.org.
You can see my explanation here.
MediaWiki message delivery (רעדן) 18:54, 25 סעפטעמבער 2020 (UTC)
אויב דו קענסט איבערשרייבען דין בחייו, איך וועל דיר דאנקען זייער שטארק. לבלוב (רעדן) 22:18, 17 אַפריל 2021 (UTC)
אנטשולדיגט, איך האב נישט פארשטאנען אייער פארלאנג. ששון (רעדן) 04:36, 18 אַפריל 2021 (UTC)
קאטעגאריעס
רעדאַקטירןאז אן ארטיקל געפינט זיך אין אן אונטער-קאטעגאריע, בדרך כלל האט עס נישט קיין צוועק אויך אריינלייגן דעם ארטיקל אין דער אונטער-קאטעגאריע, ווייל אלע ארטיקלען אין דער אונטער-קאטעגאריע געהערן ממילא צו דער אונטער-קאטעגאריע. למשל, דער ארטיקל דוד טווערסקי געהערט צו קאטעגאריע:אמעריקאנער אדמורי"ם דערפאר לייגט מען אים נישט אריין בפירוש אין קאטעגאריע:אדמורי"ם. א דאנק. --פוילישער 06:38, 23 אויגוסט 2021 (UTC)
אויב איז דאס, לויט אייך, ריכטיג, דאן זייט מוחל און טוהט דאס זעלבע צו אלע נעמען וואס זענען אין אונטער-קאטעגאריע, און גייט איבער אלע נעמען פונעם אדמורים קאטעגאריע, און לייגט זיי אין פלאץ. און אויב נישט, דאן לייגט דאס ביטע צוריק. ששון (רעדן) 11:20, 23 אויגוסט 2021 (UTC)