איבערזעצונג איז די פאך פון נעמען אריבער פון איין שפראך צו אן אנדערע; דאס קען זיין ביכער, ארטיקלען, דיכטונגען, לידער א.א.וו. איינער וואס טוט איבערזעצן הייסט אן "איבערזעצער". אויף ענגליש טיישט דאס א דאלמעשטער.

דאס עצם חוש פון איבערזעצן, איז געוואנדן אין צוויי זאכן, איינס - קענען ביידע שפראכן, סיי וואס פון וואנעט מ'זעצט איבער, און די שפראך וואס דערויף זעצט מען איבער. צוויי - פארשטיין מיינונגען פון ווערטער, וויבאלד יעדע שפראך האט אנדערע אויסדרוקן, און דאס אויסשפראך פון א ווארט קען ביי יעדער שפראך זיין אינגאנצן אנדערש.

דער איבערזעצער, מוז זיין פארשטענדליך, נישט איינפאך איבערקלאפן ווערטער אויף דער אנדערער שפראך, נאר דאס אפגעבן אויפן פארשטענדליכן אויסטייטש, אז דער לייענער זאל דאס פארשטיין אן קיין פלאג.

דער צווייטער כלל פון איבערזעצן, איז שטערקער פונעם ערשטן, ווייל אפילו איינער וואס קען נישט אזוי גוט - למשל - לייענען ענגליש, אבער וויבאלד ער פארשטייט די שפראך פון וואס ער זעצט איבער, קען ער שוין ארויסהאבן די מיינונג וואס ער זעצט איבער, אבער דער וואס קען נאר שפראכן, הייסט נאכנישט גענוג טאלענטירט, צו זיין אן איבערזעצער.

עס איז דא שפראכן וואס איין אויסדרוק איז אין דריי ווערטער, און אין דער אנדערער שפראך איז עס אין איין ווארט, דעריבער, מוז דער איבערזעצער דאס קענען אפגעבן דאס קלארסטע און פונקטליכסטע וואס מעגליך, סיי אין ווארהייט פון ווארט, און סיי אין פארשטאנדיגקייט פון טייטש.

אפטייטש איז דער באדייט פון ערקלערונג פון א ווארט און/אדער עטליכע ווערטער צוזאמען, וואס קען ווערן אנגערופן, אדער זאץ, אדער קען דאס אויסגעלייגט ווערן און א פראזע (וואס דאס הייסט א צוזאמען שטעל פון ווערטער וועלכע האבן א טיפערן באדייט ווי בלויז די ווערטער נאר עס האט עפעס א מחשבה אונטער זיך אויכעט).

אפטייטש קען צוטיילט/באניצט ווערן אויף צוויי באזונדערע באגריפן:

  1. איבערטייטשן (אויף די ענגלישע שפראך הייסט דאס דאלמעטשן) ד.ה. איבערטייטשן פון איין שפראך אויף א צווייטער.
  2. אבער דער וויכטיגערער אינהאלט דערפון איז אבער אן ערקלערונג איבער דעם ווארט/זאץ/פראזע וואס מען האט נאר וואס געהערט.