אנאטאמיע (פון גריכיש: ανατομία, ווערטלעך: "אויפגעשניטן") איז אן אפטייל פון ביאלאגיע וואס פארנעמט זיך צו שטודירן וויאזוי די קערפער און ארגאניזאציע פון א לעבעדיגן ארגאניזם טוט פונקציאנירן. עס קען ווערן אפגעטיילט אין קלענערע שטודיעס ווי אנאטאמיע פון בעלי חיים (זאָאטאמיע), אדער געוויקסן איז פלאנצן אנאטאמיע. די וואס שטודירן אנאטאמיע זענען אינטערעסירט וואו יעדע ביין און מוסקל געהערט.

א געמאלאכץ פון די מוסקלען אין דער מענטשליכער אנאטאמיע.

די היסטאריע פון אנאטאמיע גייט צוריק צו 1600 פאר דער ציווילער ציילונג ווען די עגיפטן האבן אנגעהויבן שטודירן מענטשלעכע אנאטאמיע. זיי זענען דערגאנגען וויאזוי פארשידענע ארגאנען פונקציאנירן ווי למשל דער לעבער, דער מילץ, די נירן און דאס הארץ. זיי האבן אויך אנטפלעקט די סטרוקטור און פונקציאנען פון דער לימפֿאטישער סיסטעם.

אנאטאמיסטן ארבעטן אין אוניווערסיטעטן, מעדיצינישע שולעס און לערנען שפיטעלער. זיי לערנען אויס אנאטאמיע און פארשן די סיסטעמען אין דעם מענטשלכן קערפער.


אַלגעמיינע אונטער-פעלדער אין ביאלאגיע
אנאטאמיע | אנטוויקלונס ביאלאגיע | באטאניק | באקטעריאלאגיע | ביאאינפארמאטיק | ביאטעכנאלאגיע | ביאכעמיע | גענאמיק | גענעטיק | זאאלאגיע | טאקסאנאמיע | ים ביאלאגיע | מענטשלעכע ביאלאגיע | מיקראביאלאגיע | מאלעקולארע ביאלאגיע | מקור פון לעבן | עקאלאגיע | עוואלוציעס ביאלאגיע | פאטאלאגיע | פאלעאנטאלאגיע | פאראזיטאלאגיע | פיזיאלאגיע | צעל-ביאלאגיע