גענעטיק (פון אוראלט גריכיש: γενετικός) איז די שטודיע פון גענעס, און פרובירט צו ערקלערן וואס זיי זענען און וויאזוי זיי ארבעטן. גענעס זענען די מיטל דורך וואס לעבעדיגע ארגאניזמען ירשענען אייגנקייטן פון זייערע עלטערן; למשל, קינדער זען אויס ווי זייערע עלטערן ווייל זיי האבן געירשנט זייערע גענעס.

דורך די גענעס ירשנט מען די אויג קאליר, הייך און געוויכט. אויך זענען דא פארשידענע קראנקייטן וואס גייען בירושה דורך גענעס, ווי למשל טיי-סאקס קרענק און ציסטיק פיבראסיס..

גענעס זענען געשאפן פון א לאנגן מאלעקול וואס הייסט DNA.

אין 1832 איז בארטעלעמי דומארטיער געווען דער ערשטער צו זען צעל צעשפאלטונג אין א פילצעלולערישן ארגאניזם. אין 1852 האט דער יידישער פויליש־דייטשער פיזיאלאג ראבערט רעמאק (1815–1865) געפונען די פונדאציע פון צעל ביאלאגיע, אז צעלן קומען נאר פון אנדערע צעלן.

זעט אויך

רעדאַקטירן