אלקאלי מעטאל
אַלקאַלי מעטאַלן זענען די כעמישע עלעמענטן אין גרופע 1 פון דער פעריאדישער טאבעלע. זיי זענען ווייך און, ווען ריין, האבן זיי א זילבערנעם קאליר (צעז זעט אויס א ביסל גאלדן). אין דער לופט ווערן זיי שווארץ.
זיי האבן איין עלעקטראן אין דער דרויסנדיקער שאָל, און קענען אוועקגעבן דעם עלעקטראן גאנץ גרינג אין א רעאקציע, וואס גיט זיי א לאדונג פון 1+. זיי רעאגירן שטארקן מיט וואסער, דערפאר טוט מען זיי שפייכלערן אין פאראפין אייל (קעראסין), וואס אנטהאלט נישט קיין וואסער. אזוי ווי זיי רעאגירן שטארק קען מען נישט געפינען די עלעמענטן נאטורלעך נאר ווען זיי זענען פארבונדן מיט אנדערע עלעמענטן. זיי פארבינדן זיך גוט מיט אלע עלעמענטן אויסער די איידעלע גאזן.
די אלקאלי מעטאלן זענען:
ליטיום רעאגירט דער ווייניקסטער, און פראנקיום דער מערסטער.
די אלקאלי מעטאלן רעאגירן מיט האלאגענס צו שאפן זאלצן.
נאטריום איז א וויכטיקער אלקאלי מעטאל וואס געפינט זיך אין דעם זאלץ נאטריום קלאריד (NaCl) ('טיש זאלץ'). די רעאקציע צווישן נאטריום און כלאר וואס שאפט NaCl האט די פארמעל:
2Na + Cl2 --> 2NaCl
נאטריום האט אויך א הידראקסיד, נאטריום הידראקסיד (NaOH), גערופן 'בייסיקע סאדע'.