אלי באבא
אַלי באַבאַ (אראביש: علي بابا) איז א פֿיקטיווער כאַראַקטער וואס ווערט באַשרייַבט אין דער אַוואַנטורע מעשה "אַלי באַבאַ און די פֿערציק גנבֿים" (علي بابا والأربعون لصا). אַ סאַך קריטיקער מיינען אַז דער מעשה איז צוגעלייגט געוואָרן צו טויזנט און איין נעכט דורך איינער פֿון די אייראָפּער איבערזעצער, אַנטואַן גאַלאַן, א פֿראַנצויזישער אָריענטאַליסט וואס האט אפֿשר געהערט דער מעשה אויף אויסווייניק פֿון אַ מיטל מזרחדיקער דערציילער פֿון ארם צובא. אבער אַן אַנדערער שרייבער, הער ריטשאַרד פֿראַנסיס בערטאָן, האט געזאָגט אז אַלי באַבאַ איז געווען אַ טייל פֿון די אריגינעלע טויזנט און איין נעכט.
וועבלינקען
רעדאַקטירןוויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
אַלי באַבאַ
דער ארטיקל וועגן ליטעראטור איז א שטומף. ביטע העלפֿט וויקיפעדיע אים פֿארברייטערן. |