אלחנן היילפרין
הרב אלחנן היילפרין (כ"ה כסלו ה'תרפ"ב - כ"ט שבט ה'תשע"ה) איז געווען גאב"ד ראדומישלא, רב פונעם ביהמ"ד "בית שמואל" אין גאלדערס גרין און דער נשיא פון התאחדות קהלות החרדים, לאנדאן.
געבורט | 26 דעצעמבער 1921 | |
---|---|---|
טויט | 18 פעברואר 2015 (אלט 93) | |
קבורה ארט | יידישע בית עולם פון הר הזיתים | |
פאך | רב | |
לעבנסגעשיכטע
רעדאַקטירןהרב אלחנן היילפרין איז געבוירן א' חנוכה תרפ"ב אין קאשוי, טשעכאסלאוואקיי (היינט סלאוואקיי), צו זיין פאטער הרב דוד היילפרין, דאבשיצער רב, און זיין מוטער מינדל, א טאכטער פון הרב שמואל ענגיל פון ראדאמישל און קאשוי. אין קאשוי איז ער געווארן נאענט צום סטראפקאווער רבי'ן.
ער איז געקומען אין לאנדאן, ענגלאנד אין תרצ"ט, וואו ער איז געווען א הויז בחור ביים שאצער רבי'ן. ער האט חתונה געהאט מיט הענא חיה, די טאכטער פון ר' נחום לידזערווסקי, און אלעקסאנדער חסיד.
אין אלול תש"ב האט ער זיך געצויגן קיין גאלדערס גרין, וואו ער האט געעפנט זיין בית מדרש "בית שמואל" וואס איז היינט פון די גרעסטע בתי מדרשים אין גאלדערס גרין.
אין תש"ך האט ער געגרינדעם די "פרדס הויז שולע" אויפן נאמען פון הרב אברהם ישכר הלוי פרדס, אב"ד פון דענקאוו, פוילן.
ער האט ארויסגעגעבן דאס ספר "שיחתן של עבדי אבות" וואס ברענגט אסאך רבישע עובדות.
טבת תשע"ה איז ער געווארן קראנק אין די נירן, און כ"ט שבט איז ער נפטר געווארן אין לאנדאן. מ'האט אים געפירט אין ארץ ישראל צו קבורה אין הר הזיתים.[1]
משפחה
רעדאַקטירןרבי אלחנן היילפרין און זיין ווייב הענא חיה האבן געהאט פינף זין און פיר טעכטער:[2]
- מרת נחמה מרים, דאס ווייב פון רבי מנחם נחום טווערסקי, טשערנאבלער רבי אין בני ברק
- הרב יצחק אריה לייביש היילפרין, רב פון "אשל ברמה" אין רמות, ירושלים. איידעם ביי רבי שמואל אונסדארפער
- מרת חנה שפרינצא , דאס ווייב פון הרב שמעון לעמבערגער, רב פון קרית אתא און מאקאווער רב
- מרת לאה מינדל, דאס ווייב פון רבי חיים אלטער דוד לייפער, נאדווארנער רבי פון חיפה
- הרב ישראל שמואל דוד נחום היילפרין (געב' תש"ח), רב אין ביהמ"ד בית אלחנן הענדאן, לאנדאן, ענגלאנד. איידעם ביי הרב צבי הירש מייזלס, ווייצענער רב.
- מרת רבקה שלאמצי (געב' תש"ט), דאס ווייב פון הרב יוסף משה שניאורסאן, טשעבינער ראש ישיבה
- הרב חיים אהרן צבי היילפרין, רב דביהמ"ד דברי חיים לאנדאן. איידעם ביי הרב מנחם מענדיל שנייבאלג פון מאנטשעסטער.
- הרב שלום יוסף היילפרין, גאב"ד ראדאמישלא אין ניו יארק
- הרב משה יהודה דוב היילפרין, גאב"ד ראדאמישלא, ממלא מקום אין זיין פאטער'ס בית המדרש בית שמואל, לאנדאן. איידעם ביי רבי משה חיים בראנסדארפער, ראש כולל פונעם גאלדערס גרינער כולל.