אוטיאן
שטאט אין דער ליטע
|
אוטיאַן (ליטוויש: Utena, פּויליש: Uciana,רוסיש: Утена) איז א שטאט אין אוטענער דיסטריקט, צפון־מזרח ליטע, אויפן טייך קראשואנע. די שטאט געפינט זיך 92 ק"מ צפון פון דער הויפטשטאט ווילנע. די שטאט האט 26,491 איינוואוינער (2017).
יידישע היסטאריע
רעדאַקטירןדי יידישע קהילה פון אוטיאן איז געווען פון די ערשטע אין דער ליטע. אין 1765 האבן געוואוינט אין דער שטאט 341 יידן. אין 1900 האבן געוואוינט אין דער שטאט 2,405 יידן.[1]
רבנים פון אוטיאן
רעדאַקטירן- הרב צבי הירש פרוש – א תלמיד פון רבי חיים וואלאזשינער, האט געדינט ווי אב בית דין פון דער יידישער קהילה
- רבי אברהם צבי הירש אייזנשטאט – פון גדולי הפוסקים אין רוסלאנד, מחבר פון "פתחי תשובה"
- זיין זון, רבי בנימין אייזנשטט – מחבר פון "משאת בנימין"
- זיין זון, רבי אברהם צבי אייזנשטאט
- הרב נחמן הירשאוויץ – לעצטער רב פארן חורבן אייראפע
באקאנטע מענטשן פון ווילקאמיר
רעדאַקטירן- הרב מרדכי גימפל יפה (תק"ף - תרנ"ו), רב פון ראזשינאי.
ביבליאגראפיע
רעדאַקטירן- יזכור-בוך: אוטיאן און אומגעגנט, תל אביב: פארלאג ניי-לעבן, תשל"ט/1979
רעפערענצן
רעדאַקטירן