הרב אהרן שיף איז דער אב בית דין פון דער חרדי'שער "מחזיקי הדת" קהילה אין אנטווערפן. ער איז ערוועלט געווארן תשע"א און ער האט געוואונען כמעט אלע שטימען. פארדעם האטער ער געדינט אלס רב פונעם אלעקסאנדער שטיבל אין שטאט, פאר דרייצן יאר.

ער איז אן אייניקל פון רבי אלעזר שיף פון גארליץ.

ער איז באקאנט אלס אן אויסגערופענער גוטער רעדנער, און ער ווערט גערופן אויפטרעטן איבער דער גאנצער וועלט. אין יאר תש"פ האט ער אויפגעטרויטן אלס גאסט רעדנער ביים היסטארישן גיגאנטישן סיום הש"ס פון אגודת ישראל ד'אמעריקע, מיטן באטייליגונג פון איבער ניינציג טויזנט אידן.

זיין זון הרב מרדכי איז א מגיד שיעור אין א ישיבה אין בארא פארק און איז אויך באוויסט אלס גאר גוטער רעדנער.

זעט אויך

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן

וועבלינקען

רעדאַקטירן