אברהם יהודה הכהן שווארץ

רב פון בערעגסאז און מאד

הרב אברהם יהודה הכהן שווארץ (א' אב תקפ"ד (1824) – כ"ד תשרי תרמ"ד (1883) איז געווען שטאטס-רב אין בערעגסאז און מאד, אונגארן, און מחבר פון שו"ת ״קול אריה״.

אברהם יהודה הכהן שווארץ
קיין פריי בילד
געבורט 1824
א' אב תקפ"ד
מאַד, אונגארן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1883 (אלט 59 בערך)
כ"ד תשרי תרמ"ד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טעטיקייט ארט בערעגסאז, מאד
באשעפטיגונג שטאטס רב אין בערעגסאז, מאד
זיינע רביס חתם סופר
הרב בנימין וואלף לעוו
חיבורים שו״ת קול אריה
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

ער איז געבוירן געווארן אין דער שטאט מאַד, אונגארן, צו זיין פאטער ר' פנחס זעליג און מוטער הענדל.‏[1] ביי די פערצן יאר איז ער געווארן א תלמיד פונעם חתם סופר אין דער פרשבורגער ישיבה. נאך אנדערט האלב יאר איז זיין רבי נפטר געוואר, און ער איז אריבערגעגאנגען לערנען אין דער ישיבה אין ווערבוי ביי הרב בנימין וואלף לעוו. אין יאר תרכ"א האט מען אים אויפגענומען ווי רב אין בערעגסאז, וואו ער האט געפירט א ישיבה מיט עטלעכע פופציק תלמידים.

אין יאר תרמ"א האט מען אים באשטימט רבה פון זיין געבורטס-שטאט מאד, אונגארן. אויך דארט האט ער געפירט א ישיבה ביז זיין פטירה כ"ד תשרי תרמ"ד.

רבי נתנאל פריד פון באלמאז אויוואראש איז געווען זיינס א תלמיד.

ער איז באקאנט ווי א חשובער פוסק בזכות זיין שו"ת ספר "קול אריה". דאס ספר האט מען געדרוקט צום ערשטן מאל אין יאר תרס"ד אין שאמלוי, און איז פארעפנטלעכט געווארן דורך זיין אייניקל – הרב שלמה זלמן עהרנרייך.

הרב שווארץ האט געהאט פינף זין און זעקס טעכטער. א סך פון זיינע קינדער און אייניקלעך האבן געדינט אין רבנות אין אונגארישע קהילות.

  1. טאכטער פון ר' מרדכי צבי שווארץ