בערעגסאז
|
בערעגסאַז (אוקראיניש: Берегове בערעהאווע; אונגאַריש: Beregszász; רוסיניש: Берегово בערעהאווא, רוסיש: Берегово בערעגאווא; טשעכיש און סלאוואקיש: Berehovo בערעהאווא; דײַטש: Bergsaß בערגסאז) איז א שטאט אין דער טראנסקארפאטישער גובערניע אין קארפאטארוס, מערב אוקראינע, נישט ווייט פונעם גרענעץ מיט אונגארן, 26 ק"מ דרום פון מונקאטש.
זי איז געווען די הויפטשטאט פון בערעג מעדזשע אין אונגארן ביז 1919 און צווישן 1938-1944.
דעם נאמען בערעגסאַז האט מען ערשט גענוצט אין 1504.[2]
דעמאגראפיע
רעדאַקטירןדער ערשטער יידישער יישוב איז געגרינדעט אין דער שטאט אין 1768 מיט פיר משפחות. ביז 1830 איז די יידישע באפעלקערונג געוואקסן צו 200.[2]
די באפעלקערונג איז בערך 26,100 (אין 2004).
יידן אין בערעגסאז
רעדאַקטירןרבנים פון בערעגסאז
רעדאַקטירן- הרב יצחק ראכליטץ (ביז תרי״ט)[3]
- הרב אברהם יהודה הכהן שווארץ, מחבר פון שו"ת קול אריה (תרכ"א - תרמ"ג)[4]
- הרב שלמה שרייבער, מחבר פון ״חוט המשולש״(תרמ"ג -)[5]
- הרב שלמה הירש (לעצטער רב, אומגעקומען מיט זיין גאנצער קהילה)
-
די גרויסע שול הײַנט
-
א שול אין בערעגסאז
רעפערענצן
רעדאַקטירן