נול אדער זעראָ איז דער נומער 0 וואס קומט נאך 1- און פאר 1.

זערא
זערא

עס איז אַ נומער וואָס באַדייט גאָרנישט מיט גאָרנישט. 10 זעראָס איז צען מאָל גאָרנישט און 1,000 זעראָס זענען טויזנט מאָל גאָרנישט. די זעראָס פאַר זיך האָבן נישט קיין שום באַדייט און קיין שום ווערט.

ווען מ'שטעלט אָבער אַוועק פאַר דעם זעראָ אַ ציפער: 1, 2, אָדער 3, ווערט דער זעראָ אַ גאַנצער יחסן און באַקומט פּלוצלינג פלייש מיט ביינער.

אַ זעראָ מיט 1 איז גאַנצע 10. אַ זעראָ מיט 2 איז 20, אַ זעראָ מיט 3 איז 30, און אַ זעראָ מיט אַ 4 איז 40. אַ ציפער 1 אָדער 2 מיט אַסאַך זעראָס דערנאָך, קען ווערן אַ מיליאָן (1,000,000), אַ ביליאָן אָדער אַ טריליאָן.

דער נול, דער זעראָ, דער אַזוי-גערופענער גאָרנישט, איז זייער וויכטיג אין דער וויסנשאַפט פון מאַטעמאַטיק און אָן אים וואָלט נישט מעגליך געווען צו ציילן די יאָרן און פירן אַ קאַלענדאַר, מען וואָלט נישט געקענט מאַכן חשבונות און קאַלקולאַציעס אין אַסטראָנאָמיע, פֿיזיק און אַרכיטעקטור.

ווער עס איז געווען דער געניאַלער דערפינדער פון דעם זעראָ איז נישט באַקאַנט און אויך ווייסט מען נישט גענוי אין וועלכן יאָר ער איז צום ערשטן מאָל גענוצט געוואָרן. מ'גלויבט אָבער אַז דער זעראָ איז דערפינדן געוואָרן ביי די מאַיאַ אינדיאַנער פון צענטראַל אַמעריקע מיט אומגעפער 1600 יאָר צוריק.

מ'האָט נאָך אין יענער צייט ביים דערפונדן דעם נול נישט געגעבן קיין נאָבעל־פּריזן פאַר וויכטיגע דערפינדונגען און אַנטדעקונגען, דער דערפינדער פון דעם זעראָ וואָלט אָבער אָן אַ צווייפל פאַרדינט די נאָבל פּרעמיע ווען מ'וואָלט דעמאָלט געגעבן אַזעלכע פּרעמיעס. און ווען מ'ווייסט זיין נאָמען וואָלט ער פאַרצייכנט געוואָרן אַלס איינער פון די גרעסטע דערפינדער אין דער וועלט.

אין מאטעמאטיק

רעדאַקטירן

יעדער נומער וואס מען טאפלט מיט א נול, באטרעפט א נול. אין מאטעמאטיק איז פארבאטן צו צעטיילן סיי וואסערע נומער מיט א נול. ד"ה, א נול קען ניט זיין קיין דענאמינאטאר.

נומערן
0 1 2 3 4 5 6 7 8 9
10 11 12 13 14 15 16 17 18 19
20 21 22 23 24 25 26 27 28 29
30 31 32 33 34 35 36 37 38 39
40 41 42 43 44 45 46 47 48 49
50 60 70 80 90 100 200 300 400 500
1,000   2,000    10,000    100,000    600,000    1,000,000
אנדערע
נעמען פון נומערן | ...0.999 | 666 | 1089 | 1729 | 142857 | גוגאל (10100)