װיקיפּעדיע:קאווע שטיבל/יוני ארכיוו 2006

The Yiddish translation (MessagesYi.php)

רעדאַקטירן

http://nike.users.idler.fi/betawiki/Betawiki:LanguageYi.php_and_MessagesYi.php is hard to read, but I think you use the PHP all messages page as a basis for the translation. Please don't do that: the developers will never accept a file built like that. I think you better use the file MessagesHe.php (you better don't use the file I've sent to Jiddisch some time ago, as it's now obsolete), translate all the messages matching to the Special:Allmessages but as general messages (not matching only to Wikipedia), watch the changes in MessagesHe.php since the date you've downloaded and translated it (I update the Hebrew file regulary, so it's well updated). You can also use the English file and watch it, as they are completely synchronised. ‏– rotemlissTalk 14:21, 20 מײַ 2006 (UTC)[ענטפֿער]

רוב אנשים פה לא מבינים בזה. התבקשנו מבאנוצער:gangleri לתרגם דף זה link title, ואכן עשיתי זאת. האם זה יכול לעזור לנו איך שהוא? ►רוני◄ 14:34, 20 מײַ 2006 (UTC)[ענטפֿער]
אני לא יודע, אתם צריכים לתרגם את MessagesHe.php ולא את מה שיש שם. מה שיש שם לא עשוי לעזור כיוון שהוא לעולם לא יוכנס לתרגום הרשמי. ‏– rotemlissשיחה 13:16, 27 מײַ 2006 (UTC)[ענטפֿער]
מממ… מסתבר שלא בדיוק הבנתי את מה שיש שם. הוא כן עזר, והוא כן הוכנס למערכת. עם זאת, הקובץ תמיד צריך עדכונים. ‏– rotemlissשיחה 10:13, 10 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]


באשמוטצן אין דער וויקיפעדיע

רעדאַקטירן

אין אונדזער וויקיפעדיע איז ערלויבט צו באשמוטצן א יעדן אויב עס איז אוועקגעשטעלט אויף פאקטן. מיר האבן שוין עטליכע מאל דיסקוטירט איבער דאס טעמע, אבער איך וואלט מיך דערפרייט אויב איינער וועט שטעלן קלארע וואלן דערצו, צו מען מעג באשמוטצן א צווייטן אויך ווען עס איז אוועקגעשטעלט אויף פאקטן? פון איין זייט דארפן מיר גיין לויט די יסודות פון דעמאקראטיע "פרייהייט אויף אינפארמאציע" און "פרייהייט אויף מיינונג", אבער פון צווייטן זייט קען מען דאך נישט טשעפען אנדערע יסודות פון דעמאקראטיע וואס יעדער איינער האט "רעכטונג צו רעספעקט" און "רעכטונג צו א גוטער נאמען". איך ווייס אז אין אנדערע שפראכן פון דער וויקיפעדיע היט מען פיל מער אויף די רעכטונגען ווי אויף די פרייהייט, דא קען מען שטעלן וואלן ווי אזוי זיך צו פירן. א דאנק. ►רוני◄ 23:30, 12 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

אויב דער פאקט איז אמת. האלט איך אז מען טאר נישט שטעלן קיין וואלן, אויף דעם, ווייל מיט דעם וועט מען געבן א האנט פאר צענזור.

איך גלייב שווער אז אין אנדערע וויקיפעדיעס געבט מען אזאלעכע "רעכטן פון אויסמעקן אמת'ע פאקטן צוליב רעספעקט". ביטע ברענג א לינק צו אזא "רעכט צו רעספעקט" וואס איז שטערקער ווי רעכט פון אמתע פאקטן.

לויט דיר איז היטלער'ס "רעכט צו רעספעקט" שטערקער פון זיין דערמאנונג אז ער האט געשחטן 6 מיליאן און מדארף עס אוימעקן אפילו עס איז א פאקט ווייל ער האט דאך רעכט צו רעספעקט? ביטע זיי מסביר דיינע שווערע הנחות מיט ראיות פון מציאות דורך זאכליכע לינקס. תודה.--Zali 12:10, 13 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

איך האב דערווייל נישט געזאגט מיין מיינונג, איך טראכט נאר אז אפשר פארט דארף מען א ביסל באגרעניצן פון שרייבן פריוואטע אינפארמאציע אויף מענטשן, ווי צ.ב.ש. פלוני אלמוני האט געטשעפעט קינדער אין מקווה א.ד.ג. ►רוני◄ 13:43, 13 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
וואס איז שייך וואלן? האט ער געטשעפעט צו נישט, האט היטלער געהארגעט 6 מיליאן צו נישט? וויקיפעדיע איז קיינעמס פריוואטע פארפעגאנדע זייט, מיר דאקומענטירן אמת'ע פאקטן און קיינער אויף די וועלט קען דאס נישט צענזורירן אויב עס איז אמת, און אויב וועט זיין וואלן אז מען זאל דאס יא מעקן, דאן שלאג איך פאר וואלן מען זאל טוישן דעם נאמען וויקיפעדיע צו רעספעקטעדיע...--Zali 13:55, 13 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
דיין טענה פארשטיי איך זייער גוט, די שאלה איז וואס איז די אלגעמיינע דעמאקראטישע געזעצן אין די וועסטליכע ציוויליזאציע און אין דער וויקיפעדיע, ס'איז אינטרעסאנט צו ליינען וועגן דאס טעמע אין די ענגלישע וויקיפעדיע. ►רוני◄ 14:53, 13 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

דין פון אינפארמאציע אן א מקור צו באשטעטיגען איר אמת

רעדאַקטירן

נעכטן אגאנצען טאג האב איך זיך געהארגעט מיט באנוצער:שמאלץ, באנוצער:רוני, און באנוצער:קאצקער. זיי האבן געוואלט אויסמעקן קאנטראווערסיאלע אנעקדאטן פון מקווה פון ר' אהרן טייטלבוים ארטיקל, און פארוואס ר' משה'לע און ר' מאטעלע וויזניצער זענען געווען צעקריגט, און משה גבאי'ס פערזענליכע און פאליטישע היסטאריע. יעדער איינער האט גאזאגט אנדערע סיבות פארוואס מען דארף מעקן. איך ווידעראום בין געשטאנען ווי א לייב און געהיטן דאס זאל נישט אויסגעמעקט ווערן ווייל ווי קינדעריש דאס איז דארף מען דא היטן אז מען מעקט נישט קיין אמת'ע אינפארמאציע.

איך וועל איבער געבן דאס ווארט פאר באנוצער:קאצקער:

וויקיפעדיע יסודות פון ענגלישן וויקיפעדיע

רעדאַקטירן

Zali, דו האסט א טעות, סיי אין דיינע טענות דא און די זעלבע אויף אנדערע פלעצער. איך זעה אז דער ענין גייט שוין באלד איבער די מאס, וועל איך פרובירן אויפצוקלערן פארוואס איך האלט אז דו טוסט נישט ריכטיג. און איך ווארן שוין מתחלה אז דאס וועט זיין א לאנגער דרשה.

איך ווייס נישט ווילאנג דו באטייליגסט זיך אויף וויקיפעדיע; עס קען זיין אז דו ביז נישט באקאנט אין די יסודות וויאזוי וויקיפעדיע ארטיקלען דארפן ווערן באשריבן. איך בין דיר נישט דן, איך האב נישט צו דיר קיין טענות, אבער איך מיין איך קען רואיג זאגן אין נאמען פון פילע מיטארבעטער אז דו ארבעטסט נישט לויט די אנגענומענע יסודות. דו מיזט פארשטיין בעסער די אפיציעלע יסודות פאר דו טענה'סט זיך מיט מענטשן וואס באטייליגן זיך שוין וואכן און חדשים, און אפילו יארן. יעדע מענטש, א נייער באזוכער צו אן אלטגעזעסענער, האט דער זעלבער רעכט זיך צו באטייליגן, אבער עס זענען דא אנווייזונגען וואס מוזן ווערן איינגעהאלטן.

אויף גרינגער צו מאכן (און איך מיין דא פשוט צו זיין בייהילפיג) וועל איך דא אראפברענגען די פיר non-negotiable יסודות וואס יעדער וויקיפעדיער מוז אין זיי זיין באקאנט. ד.מ. מען קען זיך אויף די יסודות נישט טענה'ן. דער איינציגער פראגע אויף אן ארטיקל איז צו עס שטימט מיט די יסודות. די פיר יסודות זענען (און איך ברענג זיי אין ענגליש ווייל אזוי זענען זיי פארמולירט געווארן אין פולסטן):

קליק אויף יעדע איינס צו פארשטיין מער באריכות. איך ווייס נישט ווי גוט דו קענסט ענגליש. אויב פארשטייסטו נישט אזוי גוט וועל איך גערן ערקלערן.

לענינינו, אויף די אויבערשטע טענה'ריי, איז די וויכטיגסטע Verifiability. ווי עס ווערט קלאר געשריבן אין דעם אפיציעלן פאליסי, איז דער פראגע נישט אויב א פאקט איז אמת, נאר אויב מען קען עס פעסטשטעלן אין אן אנגענומענער פובליצירטער מקור. עס איז בכלל נישט קיין נפק"מ אויב איינער זאגט איך האב עס אליין געזעהן מיט מיינע פליישיגע אויגן. ווילאנג מען קען נישט באשטימען דעם פאקט פון א פארלעסליכן, פובליצירטער מקור האט עס גאר ווייניג ווערד.

נאך א וויכטיגער יסוד איז דער No original research פאליסי. מען קען נישט אליין גיין דערגרונטעווען אן ענין, און דערנאך ארויפלייגן אויף וויקיפעדיע אלץ פארלעסליך. עס מוז שוין זיין געדריקט ערגעץ וואו. אין א פארלעסליכן בוך, צייטונג, וועב זייטל, וכדו'.

די פיר יסודות זענען אזוי שטארק אז אויב אן ארטיקל אדער א חלק פון אן ארטיקל פעלט אין די יסודות, האט יעדער רעכט צו מעקן. עס איז נישט דער אחריות פון דעם מעקער צו ווייזן אז עפעס איז פאלש. עס איז דער אחריות פונ'ם שרייבער צו ברענגען א פארלעסליכן מקור.

פארשטייט זיך אז אויף היימישע ענינים שטעלט זיך א שטיקל פראבלעם: מיר האבן א גרויסן תורה שבעל פה, ד.ה. אסאך פון די נייעס און געשעענישן וואס טרעפן זיך צווישן אונז גייען פון מויל צו אויער און זענען פאר כמעט יעדן באקאנט אבער אין ערגעץ נישט אפגעשריבן. האט זיך איינגעפירט דערפאר אויף דעם אידישן וויקיפעדיע אן אומאפיציעלער פאליסי אז מען לאזט אדורך אן פובליצירטער מקורות ווילאנג מען רעדט נישט פון קיין אויסטערלישע פאקטן, און עס איז גרינג געוואויר צו ווערן דער אמת'קייט דערפון. אבער איינמאל עס ווערט א קריגעריי אויף אן ענין, האט יעדער שמויגער א רעכט צו מעקן אויב דער שרייבער קען נישט ברענגען קיין פובליצירטער, פארלעסליכער מקור.

איך שעץ דיינע באטיילונגען, און דער לעצטער זאך וואס איך וויל איז צו מאכן אומאנגענעם דא פאר קיינעם. אבער אן די אויבנדערמאנטע יסודות האבן מיר נישט מיט וואס צו גיין צום טיש. איך זאג קלאר אז איך וועל ארבעטן איבערמידלעך ביז מען וועט איינהאלטן די יסודות--עכ"פ ווי ווייט מעגליך. און איר קענט זיין זיכער אז דאס האט די שטיצע פון רוב אחריות'דיגע מיטטיילער. איך גלייב אז אסאך וואס איך האב געשריבן איז פאר קיינעם נישט קיין נייעס, אבער ווי מיין רבי אין חדר האט געזאגט, "ווי מער מען חזר'ט אלץ בעסער." איך האב אריינגעלייגט צייט און מיה דאס אלץ אפצושרייבן, נישט קיינעם צו מוסר'ן, נאר דא האט קלאר אויסגעפעלט א חזרה.

צום שלוס וועל איך ברענגען דא וואס עס האט געזאגט דער גרונדער פון וויקיפעדיע, דזימבא וועילס (בנוגע צולייגן דעם ווארט "דארף א מקור" לעבן א זאץ):

I can NOT emphasize this enough. There seems to be a terrible bias among some editors that some sort of random speculative 'I heard it somewhere' pseudo information is to be tagged with a 'needs a cite' tag. Wrong. It should be removed, aggressively, unless it can be sourced. This is true of all information, but it is particularly true of negative information about living persons.

(איבערגעטייטשט: "איך קען דאס נישט גענוג מדגיש זיין. עס איז ווארשיינליך דא א געפערליכער נייגונג צווישן טייל מיטטיילער אז א געוויסער "איך האב עס ערגעץ געהערט" פסעוודו-אינפארמאציע דארף מען אנצייכענען מיט א "באדארף א מקור" צייכענונג. נישט ריכטיג. מען זאל דאס מעקן, אגרעסיוו, ביז עס קען ווערן אנגעוויזן א מקור. דאס איז ריכטיג פאר סיי וואספארא אינפארמאציע, אבער איבערהויפט איז עס ריכטיג וועגן נעגאטיווע אינפארמאציע וועגן לעבעדיגע מענטשן."

--קאצקער 03:42, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

די שאלה איז נאר וואס טוט דער ענגלישע וויקיפעדיע ביי א מציאות וואס מען באריכט פון א קליין שטעטל, און מען באשרייבט דארטן עפעס וואס איז נישט דאקומענטירט, און קיינער זאגט נישט אז עס איז נישט אמת, נאר מען ווייסט אז דא איז דא 2 צדדים 2 פארטייען וואס איינער ארבייט קעגן אנדערע, אבער איך קען דאס נישט פעסטשטעלן ווייל דער סיבה דערצו איז ווייל עס איז נשיטא קיין פרעסע דעקונג, און קיינער האט דאס נישט דאקומענטירט. דאס איז די שאלה. דיין גאנצער דרשה איז געווען איבעריג ווייל יעדער פארשטייט פון זיך אליינס אז די גוי'אישע וועלט האט א פרעסע וואס באריכט און דאקומענטירט אלעס. וואס טוט זיך אבער אין אזא מצב ווי דער חסידישער וויליאמסבורג, וועט דען איינעם איינפאלן דארטן צו לאזן מעקן אן קיין שום לייקענונג? אין מיין מיינונג איז: אבסאלוט נישט!--זאלי 18:30, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

וויאזוי אפלייען מיר די דאזיגע פאליסי צום אידישען וויקיפעדיע

רעדאַקטירן
א גרויסן דאנק פארן איבערטייטשן. איך וואלט מיך דערפרייט אויב דו קענסט בריינגען דורכפירונגען וי ווייט מען מעג זיך נידערן צו פריוואטע אינפארמאציע, איז דאס אינגאנצן אומבאגרעניצט? למשל די ידיעה אז ר' אהרן קוקט אויף איברי המין אין מקווה, אין וועלכע "נישט פאסיג צום וויקיפעדיע" קאטעגאריע קען מען דאס אריינלייגן? ►רוני◄ 09:07, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
איך האב אריבער געצויגן דעם שמועס קיין געמיינדע בלאט, ווייל איך האלט אז מיר מוזן דא קומן צו א בשלוס ווי שנעלער איבער דעם ענין. איך זעה אויך איין דעם וויכטיגקייט אין אזא פאליסי פון נישט שרייבן וואס מען ווייסט און לאזן מעקן כללית אויב עס האט נישט קיין מקור, אבער ביים יידישן וויקיפעדיע איז דא אן אויסנאם וואס דער ענגלישער האט נישט, און דער ענגלישער מוז זיך נישט ספראווען מיט דעם פראבלעם. נעמליך אז אונזערע רעביס און גבאים און ראשי הקהילות, דארפן ווערן באשריבן און אויב וועט מען פארלאנגן מקורות פון אלעס און אלעמען וואס איז אנגענומען וועט מען נישט האבן קיין וויקיפעדיע, ווייל רוב ארטיקלן איבער היימישע חסידישע מחלוקת און קאנטראווערסיעס ווערן אבסאלוט נישט באשריבן אין קיין פרעסע מיר וואונען אין כינע און אלט סאוויטישן פארבאנד אונטער טאליבאן טעראר. איז אלזא ווי קען איך אויווייזן אז ר' משה'לע וויזניצער אדער ר' שמואל יעקב כהן זענען פארווייטאגט אויף זייערע אינגערע ברודער, און וויאזוי קען איך זאגן וואס די סיבה איז ווען עס וועט תיכף אויסגעמעקט ווערן ווייל איך קען קיינמאל נישט ברענגן קיין מקור?

פשרה: נישט אויסמעקן ביז איינער לייקענט

רעדאַקטירן

אלזא וואס איז דער מיטל וועג, איך האב א מיטל וועג, און סאמהאו וויל עס דא קיינער נישט אנעמען, אז ווילאנג עני באנוצער זאגט אז עס איז נישט אמת, קיינער לייקענט נישט דירעקט דעם מציאות, דארף מען דאס יא לאזן, דער רגע וואס איינער זאגט דאס איז נישט אמת איז אראפ.

איז אלזא וויל איך וויסן פארוואס איר זענט נישט מסכים און וואס איז אייער אלטערנעטיוו צו שליכטן דעם פראבלעם.

אבער דערווייל קען קיינער נישט מעקן קיין שום זאך נישט ווייל די געזעצן פון ענגלישן קענען נישט און זענען נאכנישט איינגעפירט געווארן מיר ווארטן וואס דער עולם וועט זאגן. און צו רוני האק דיר ארויס פון קאפ, דאס ווארט פאסן די שאלה איז נישט צו עס פאסט צו נישט די שאלה איז אז אפילו ספאסט נישט וויאזוי קען מען דאס באשטעטיגן איר ווארהייט כדי דאס זאל נישט טארן געמעקט ווערן פון קיינעם.? איך האלט אז זאכן ווי א מקווה וואס טויזענטער מענטשן קענען דאס זעהן אדער האבן דאס געזען, קען מען הערן כאטש פון איינעם וואס זאל דאס לייקענען און אראפ פון וויקיפעדיע.--זאלי 14:09, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

בעסטער פשרה: נישט מעקן אן מקורות. נאר אויב איינער לייקענט. אדער, אפילו קיינער לייקענט נישט, אויב עס איז לשון הרע, דאן אפילו עס איז אמת 100% מוז דאס געמעקט ווערן, ווייל עס האט נישט קיין מקור

רעדאַקטירן
מיר האבן שוין עטליכע מאל דיסקוטירט וועגן דער פאראגראף וואס דערציילט אז ר' אהרן באטראכט איברי מין אין מקווה. איך האלט אז דאס איז א ענין וואס מען קען נישט אויפווייזן ס'קען אז ער קוקט נישט ווילנדיג אויפן פעניס פונקט ווי ער קוקט אויף פענימער. און ס'אט נישט קיין זין צו שרייבן אזעלכע אינפארמאציע אין וויקיפעדיע, ווייל דאס איז פערזענליכע אינפאמציע וואס האט נישט קיין רעכט צו זיין פובליקירט בראש חוצות. ►רוני◄ 15:14, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

קען מען זיך פאראיינקן וואס מיינט לשון הרע?

רעדאַקטירן

1) זאלי, ווי איך האב געשריבן אין דיין רעדן בלאט, איך זעה איין אז ביי אונז היימישע איז שווער צו טרעפן א מקור אויף אלעס. און אזוי ווי דו זאגסט, אויב אזוי וועט מען דארפן מעקן רוב פונ'ם אידישן ענציקלאפעדיע. דער פראבלעם מיט א פאליסי פון אויב עס פאסט איז אז דאס עפנט דעם מעגליכקייט פאר שטענדיגע קריגערייען אויב א געוויסער ענין פאסט יא אדער נישט. און מען קען אויף דעם נישט מאכן קיין קלארע פאליסי. איינער וועט שרייען אז צו שרייבן אויף רא"ט אז ער קוקט זיך ארום אין מקוה איז מיאוס און קינדעריש(ווי איך האלט), און א צווייטער וועט שרייען חי וקים עס איז דאך וויכטיג אז מענטשן זאלן דאס וויסן.

פארוואס קען מען זיך נישט אייניקן וואס מיינט לשון הרע?--זאלי 18:39, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

ביטע טוישן פאליסי אז מען זאל נישט מוזן לייקענען צו קענען מעקן

רעדאַקטירן

2) פאר דעם האלט איך אזוי ווי רוני. מען קען לאזן אינפארמאציע אן א מקור נאר ווילאנג עס ווערט נישט קיין עירור אדער איינער טענה'ט אז אזא זאך קומט נישט צו שרייבן. איינמאל מען איז מערער, האט מען רעכט צו מעקן אויב דער שרייבער קען נישט ברענגען קיין מקור. מען קען נישט פארלאנגען מען זאל טענה'ן עס איז נישט אמת. אז איינער קומט פארציילן א לשון הרע אויף מיין רבי קען איך נישט וויסן אויב עס איז אמת צו נישט, אבער איך דארף נישט צולאזן מען זאל עס שרייבן אן א מקור. אז איינער שרייבט מיין טאטע איז א נואף און מיין רבי איז א משכב זכר, זאל איך עס נישט מעגן אויסמעקן? פון וואנט זאל איך וויסן צו ס'איז אמת?

מיר לאזן נישט שרייבן קיין לשון הרע] סאו דיין פראבלעם איז נישט שייך, דעריבער האט מען אויסגעשטעלט אלס פאליסי און געזעץ אז פון היינט מאל אן אויב דו ווילסט מעקן עפעס מוסטו קודם לייקענען. און אויב דו וועסט נישט איינהאלטן די פאליסיס פון וויקיפעדיע נאכן דיך ווארענען אזויפיל מאל ביסטו א פאלנער וואנדאל וואס האט דערקלערט אז זיינע פארטייאישע געפילן קומט פאר אמת און יושר און דו ביסט גרייט אויסצומעקן וויקיפעדיע אויב טשעפעט דאס דיין רבי. שעם דיך!--שורשנגח 21:49, 14 יוני 2006 (

UTC)

פשרה: סתם אזוי מעג מען מעקן אבער נישט ווען איינער פרעגט

רעדאַקטירן

אויב איינער האט יענעם מעקער אויפגעמערקזאמט פארוואס ער מעקט און ער ענטפערט נישט אפצולייקענען נאר ער דרייט זיך ארויס מיט פארשידענע תירוצים, זעהט מען דאך קלאר אז זיינע מאטיווען זענען נישט די באגלייבטקייט פון וויקיפעדיע נאר ער וויל נישט ליינען אמת'ע אינפארמאציע איבער א געוויסע זאך, איז אויב יענץ איז לשון הרע איז ער גערעכט אבער סתם אזוי איז ער דאך עפעס א אפענער וואנדאל.--זאלי 22:34, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

ביטע שרייבן ווי א גוי ווען מען באשרייבט חסידות'ער

רעדאַקטירן

3) אויף ענינים וואס די הויפט פרטים זענען שטארק באקאנט (מחלוקת צווישן רבי'ס וכדו') קען מען שרייבן פרטים אפילו אויב נישט אלעס האט א מקור ווילאנג אלעס ווערט געשריבן מיט רעספעקט פאר יעדן צד און מען שרייבט פאראויס "דער צד טענה'ט..." וכדו'. דער עיקר דארף זיין אז דער שרייבער דארף זיך זען כאילו ער שרייבט ווי א גוי, אן אומפארטייאישער צד, וואס באריכט אן עמאציע.

ניין דיסאגרי! מען דארף אייביג שרייבן ווי א איד. און טאמער איינעם געפעלט דאס נישט ווייל לויט אים איז אידישקייט נישט שיין אדער נישט פארלעסליך קען ער דאס צוריקדרייען גרינגערהייט. מען דארף זיך נישט שמד'ן צו באטייליגן און העלפן בויען דעם וויקיפעדיע.--שורשנגח 21:56, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

מאכן א יידישע ארביטרעישאן קאמיטי

רעדאַקטירן

4) נאך אן ענין וואס איז מיין איז שוין העכסט צייט איז צו האבן אן ארביטרעישען קאמיטע אזוי ווי ביי די ענגלישע וויקיפעדיע. איך קען נישט זאגן קיין פרטים וויאזוי דאס זאל ארבעטן, און עס פארשטייט זיך אז עס זענען דא שוועריגקייטן אין דעם. אבער עס קומט שוין צופיל מאל אז מען קריגט זיך ארום אן אויפהער און עס פארלאנגט זיך א שליש וואס זאל אפמאכן. איך האלט מען קען וואלן פאר דריי מעמבערס און ווען עס וועט זיין א סכסוך וועלן די דריי מאכן א וואוט צווישן זיך. אויב האט איינער עפעס געדאנקען אויף דעם, ביטע ארויפברענגען.

--קאצקער 16:33, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

וואס מיינט דאס א "ארביטרעישען קאמיטע"? האסטו א לינק דערהינען? ►רוני◄ 18:10, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
ער מיינט אז נאך אזא טאג ווי נעכטן וואס איז געווען חילוקי דעות האט מען ווען גראד געדארפט שליכטן ביי א ספעציעלער בית דין, דער אמת איז אבער אז דאס וואלט געווען א חרבן ווייל נאר צוליב דעם נעכטיגן טאג האבן מיר געמאכט פאליסי וואס זאל דינען לעתיד, באדאם ליין איז לויט מיר אז איצט ווען דער וויקיפעדיע האט נאך גאר ווייניג באנוצער נאך גוט חילוקי דעות מען זאל דורכארבייטן שווערע שאלות און נישט סתם שליכטן דאס צייטווייליג. עס איז רעלאטיוו כמעט קיינמאל נאכנישט געווען דא א געהערגע חילוקי דעות. אבער שאדט נישט צו האבן א בית דין.--זאלי 18:19, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

אויב האלט מען זיך נישט צו פאליסיס איז מען נאכנישט קיין וואנדאל

רעדאַקטירן

איך דארף צולייגן א ווארט אויפ'ן ענין פון וואנדאליזם. מען זאל מאכן פאליסיס וויאזוי מען זאל שרייבן ארטיקלען, און דער עולם ווערט געבעטן מען זאל זיך האלטן דערצו. וואנדאליזם איז אבער א מושג מיט א קלארע באדייט, און נישט יעדן פאליסי פארלעצונג ווערט אין דעם אריינגערעכט.

עס איז ווידער כדאי צו ברענגען פון דעם ענגלישן הדרכה בלאט, וויבאלד מיר האבן נאכנישט געהעריג פארמולירט אן אייגן פאליסי:

Vandalism is any addition, deletion, or change to content made in a deliberate attempt to reduce the quality of the encyclopedia. The most common type of vandalism is the replacement of existing text with obscenities, page blanking, or the insertion of bad jokes or other nonsense.

Any good-faith effort to improve the encyclopedia, even if misguided or ill-considered, is not vandalism. Apparent bad-faith edits that do not make their bad-faith nature inarguably explicit are not considered vandalism at Wikipedia.

(איבערגעטייטשט: וואנדאליזם איז יעדן צוגאב, מעקעכץ, אדער ענדערונג אין דעם תוכן וואס איז געמאכט בכוונה צו רעדוצירן דעם קוואליטעט פון דעם ענציקלאפעדיע. די מערסט סארט וואנדאליזם איז דאס טוישן פון עקזיסטירדע תוכן מיט דברי נבלה, אפמעקן דעם גאנצן בלאט, אדער אריינלייגן שלעכטע וויצן אדער אנדערע שטותים.

איעדן ענדערונג וואס איז געמאכט מיט א גוטע כוונה צו פארבעסערן דעם ענציקלאפעדיע, אפילו אויב נישט ריכטיג אדער נישט גוט איבערגעטראכט, הייסט נישט וואנדאליזם. ווארשיינליכע בייזוויליגע ענדערונגען, וואס זייער בייזוויליגקייט זעט זיך נישט ארויס בפירוש אן קיין ספק, הייסט אויך נישט קיין וואנדאליזם אויף וויקיפעדיע.)

דער פראבלם מיט דיין פארשלאג איז: וויאזוי קען איך וויסן וואס יענער טראכט, איך קען קיינמאל נישט פעסטשטעלן צו ער מיינט מיט א שלעכטע כוונה צו נישט. דעריבער פעלט זיך אויס געזעצן אז אויב איינער ברעכט דאס, גייט מיך נישט אן זיינע מאטיווען, פארשטייט זיך נאכן ווארענען 3 מאל, איז ער אנערקענט אלס וואנדאל וואס פארהארגעט וויקיפעדיע.--זאלי 18:11, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

אנעמען אטאטמאטיק אלע פאליסיס פון אלע וויקיפעדיס אפילו מען האט דאס נישט געליינט אין יידיש

רעדאַקטירן

מענין לענין באותו ענין, מיין איך מען זאל מאכן א קלארע פאליסי אז ווילאנג מען האט נישט געמאכט קיין קלארע פאליסי אויף פארקערט איז גילטיג יעדן פאליסי וואס איז איינגעפירט ביי די אנדערע ברייט באנוצטע וויקיפעדיעס, ווי צ.ב.ש. די ענגלישע אדער די העברעאישע.

--קאצקער 17:13, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

וויאזוי קען מען ארויפצווינגן פאליסיס אויף באנוצער אן דעם וואס זיי זאלן דאס בכלל וויסן?--זאלי 18:12, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
איך בין מסכים מיט קאצקער, און איך וואלט בעסער געוואלט די ענגלישע געזעצן. ווער נעמט אויף זיך אונטער צו זיי איבערטייטשן? ►רוני◄ 18:15, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
מיט דעם אז די ענגלישע געזעצן זענען די בעסטע איז דאך פשוט זיי האבן מיליאנען ארטיקלן און ביליאנען באנוצער, אוואדאי איז אמעריקע מער פארגערשריטן פון קרית טאהש, קיינער קריגט נישט אין דעם, באנוצער קאצקער וויל אבער דא ארויפצווינגן געזעצן וואס איז נאך נישט דאקומענטירט אין יידיש, דאס קען מען נישט פארלאנגן פון עולם צו זיך פירן לויט געזעצן וואס מיינט ווייסט נישט. ער זאל קודם איבערזעצן די געזעצן אהער וועט מען זיך צושטעלן.--זאלי 18:36, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
ביסט גערעכט, מען מוז זיי פריער איבערטייטשן. ►רוני◄ 18:54, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]


וואנדאליזם

רעדאַקטירן

אויך האב איך אנגעמערקט אין געמיינדע וועגן דעם ענין פון וואנדאליזם. מען דארף נישט זיין אזוי הארב. א פאליסי פארלעצונג מיינט מען זאל עס פארעכטן אן פראגן. אבער דער שרייבער ווערט נישט קיין וואנדאל. זעה מער אין געמיידנע. --קאצקער 17:19, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

אויב וועט מען לאזן פארלעצן פאליסיס איז וואס איז דער אויפטוה פון פאליסיס?--זאלי 17:56, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

א פאליסי איז געמאכט אז מענטשן זאלן האבן אן אפגעמאכטע סיסטעם וויאזוי צו שרייבן ארטיקלען. עובר זיין אויף א פאליסי פארדינט זיך נישט קיין שטראף, נאר עס איז ראטזאם אז דער ערשטער וואס זעט א פאליסי פארלעצונג אין אן ארטיקל זאל דאס פרובירן תיכף צו פארעכטן.
וואנדאליזם איז נאר דאס אקט פון בכוונה שטערן דאס פארבעסערונג פון דעם וויקיפעדיע. נאר איינער וואס זוכט בפירוש צו שטערן דעם פרידליכן פראצעס פון בויען דעם וויקיפעדיע פארדינט זיך א שטראף. --קאצקער 19:47, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
אויב מען ווארענט איינעם איז דאס דען נישט קיין צופרידענשטעלנדער מיטל געוואור צו ווערן זיין כוונה, קיינמאל טאר מען דאך נישט גראד בלאקירן א וואנדאל פארן אים געבן א געלעגנהייט אויפקלערן זיין כוונה.--זאלי 19:55, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

איז פּאַליסי פון באָלד סתירה צו נישט זיין קיין וואנדאל?

רעדאַקטירן

אויסדריקליך נישט, נאר אויב עס איז קלאר ער זוכט צו שטערן די אויפבוי אויף א בייזוויליגן אופן. אויב מיינט יענער אז מיט דעם העלפט ער, הייסט ער נישט קיין וואנדאל. וואס מען קען יא טון איז ענפארסירן דעם דריי-מאל-צוריקדרייען געזעץ.

עס איז כדאי אין אכט צו נעמען אז איינע פון די וויקיפעדיע פאליסיס איז אז מאך זיך נישט וויסנדיג פון קיין געזעצן! א חידוש טאקע-און לכאורה א סתירה, אבער עס איז גאר וויכטיג כדאי אז נייע באזוכער זאלן זיך פילן פריי משתתף צו זיין אן זיך אויסקענען מיט די אלע הלכות. דער באקאנטער סלאגאן איז BE BOLD, פיל זיך דרייסטיש, און דאס איז געמאכט ספעציעל אז מענטשן זאלן נישט מורא האבן צו פארעכטן לויט זייער בעסטן פארשטאנד. "האב נישט מורא צו פארעכטן, און אויב דו טוסט עפעס נישט גוט וועט עס שוין איינער פארבעסערן", איז א גרונטליכער יסוד אויף וויקיפעדיע.

דאס איז נישט קיין סתירה, וועגן דעם האלט איך אז מען דארף ווארענען און בעטן אן אויפקלערונג 3 מאל גענוג פעסט צו שטעלן אז ער ברעכט טאקע די פאליסי, כדי אים לאזן זיין באָלד און נאר נאכדעם וואס איז קלאר אז זיין באלד מאווס טוט במזיד אוועקווארפן די פאליסיס און געזעצן פון וויקיפעדיע ערשט דאמלטס קען מען אים בלאקירן וויסענדיג זיכער אז זיין ארבייט איז במזיד צו צו שטערן און אונטערברעכן וויקיפעדיע, פאר זיינע זייטיגע חשבונות.--זאלי 20:41, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

פאליסיס פון איין שפראך וויקיפעדיע צו די אנדערע מוזן זיין די זעלבע

רעדאַקטירן

אין אלגעמיין האלט איך אז מען מאכט פאליסיס זאלן זיי שטימען מיט די אנדערע וויקיפעדיעס אויסער אויב מען מאכט וואלן אויף א געוויסע פרט און דער עולם איז מסכים אויף צו טוישן. דערפאר האלט איך מען זאל זיך גוט אויסקענען אין די ענגלישע (אדער העברעאישע) פאליסיס, און אין אלגעמיין זאל דאס שטימען מיט דעם.

איך אליין האב שוין גאנץ גוט דורכגעטון די ענגלישע פאליסיס און איך קען גערן צוהעלפן מיט מסביר זיין (נאכאמאל, איך ווייס נישט ווי גוט יעדער קען ענגליש).

דא איז א ליסט פון לינקס וואס איך האב דערמאנט:

--קאצקער 20:18, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

מיר ווארטן קוים זאלסט דאס איבערטייטשן און לכוארה וועט דאך יעדער איינער טאקע איינגיין דערויף פארוואס נישט. תודה למפרע.--זאלי 20:47, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

ענגלישע פאליסיס

רעדאַקטירן

איך האב אן ערנסטע פראגע: ווי גוט קען דא דער עולם ענגליש (אדער העברעאיש)? קען מען צייגן לינקס צו ענגלישע פאליסיס אין פאל אז מיר האבן עס נאכנישט איבערגעזעצט? קען מען פארלאנגען אז דער עולם זאל זיך אויסקענען עכ"פ מיט די גרונטליכע יסודות פון דארטן?

רוני, דו ווייס איך קענסט העברעאיש, און מיין הארץ זאגט אז דו קענסט שוין די יסודות פון דארטן. ריכטיג? --קאצקער 20:29, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

קאצקער, לויט דיר וואס דארפן מיר א יידיש וויקיפעדיע, רוני קען דאך העבעריש און דו ענגליש, אלא מאי קוקט אויס אז עס דא באנוצער וואס זענען יידיש רעדער און מיר וועלן בשום אין אופן נישט צולאזן דו זאלסט דא פרובירן אינפוסירן תקנות פאר עס אראפגעשריבן אין אידיש, ווייל אפילו מיר קענען אפשר זיך אנשטרענגן און ליינען ענגליש קענסטו נישט פארלאנגן פון אונז דא זיך אנשטרענגן. איך זעה דו קענסט גאנץ פיין שרייבן אידיש און איך האב אפילו גענומען דיין איבערטייטש פון וואנדאל פאליסי און דאס געלייגט אויף ריכטיג פלאץ, פויל דיך נישט און טייטש איבער אביסל. ווי איידער זאלסט פארלאנגן מיר זאלן ליינען ענגליש.--זאלי 20:37, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
קאצקער, ריכטיג איך קען העברעיש, אבער זאלי איז גערעכט, מיר דארפן מאכן דא אייגענע געזעצן ווייל דער יידישער וויקיפעדיע האט אנדערע כאראקטערס. אבער דערווייל טאקע קען מען מיינסטנס גיין לויט די ענגלישע פאליסי. ►רוני◄ 20:40, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
רוני, איך קריג מיך מיט דיר, אמת אז ענגליש וויקיפעדיע האט די בעסטע פאליסיס פשוט פון אזויפיל מענטשן וואס באטייליגן זיך דארטן, אבער וויאזוי קען דאס מחייב זיין אונז איידער איינער האט דאס איבערגעטיישט, מען קען נישט גיין זאגן פאר א באנוצער ליין קודם עגנליש און נאכדעם באנוצ דיך מיט אידיש וויקיפעדיע דאס אבסורד פון קאפ ביז פוס.--זאלי 20:46, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

איך רעד וועגן גרונדענע זעלבסטפארשטענדלעכע געזעצן. ►רוני◄ 21:11, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

רוני וואס פאר דיר איז זעלבסט פארשטענדליך איז נאך נישט פאר מיר זעלבסט פארשטענדליך.--זאלי 21:17, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

אמת, עס איז שווער צו פערלאנגען פון סתם באניצער. אבער די וואס שרייבן די פאליסיס דא מוזן זיך מיט דעם רעכענען. איך קען פרובירן איבערטייטשן, עס איז אבער א לאנגע שווערע ארבעט. דער כלל דארף אבער זיין אז ווען מען שרייבט פאליסיס זאל עס שטימען מיט די ענגלישע. --קאצקער 21:14, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

יעדער איז מסכים יעדער באשטייט, אבער געדענק מיר ווארטן קוים דערויף, און מיר וועלן דאס דיר העלפן הייב נאר אן.--זאלי 21:16, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

פארוואס א אידישע וויקיפעדיע, מען קען דאך ענגליש אדער היברו?

רעדאַקטירן

זאלי, דו האסט רעכט וועגן דיין פראגע פארוואס דארף מען דעמאלס א אידישע וויקיפעדיע. איך האב שוין אסאך געטראכט צו איז דא אזעלכע וואס האבן אינטערנעט און קענען נאר אידיש? איך ווייס נישט קלאר דער ענטפער, אבער אפילו פאר מיר, וואס איך קען גאנץ פיין ענגליש, איז דער אידישע נוצבאר פאר אזעלכע ענינים וואס די ענגלישע באנעמט זיך נישט.

איך האב א האפנונג אז איינער וועט זיך נעמען די מיה און שרייבן אויף גענצליך אידישע ענינים ווי צ.ב.ש. פרקים פון אידישע היסטאריע, דער אנטוויקלונג פון פארשידענע חסידישע הויפן, היימישע געשעענישן, אידישע מושגים ווי יסודות אין אמונה, די השתלשלות פון די מסורה, תולדות חיים פון תנאים, אמוראים, גאונים, ראשונים, אחרונים, וכדו'. ענינים וואס מען קען נישט טרעפן ערגעץ אנדערש, און איך בין נישט נייגעריג צו קויפן א ביכל אדער א ספר ווען איך זוך נאר אביסל אינפארמאציע.

א וויקיפעדיע דארף זיין מער ווי א פערזענליכע האבי. עס דארף זיין א פלאץ ווי מענטשן קומען זוכן ערנסטע אינפארמאציע אויף ענינים וואס זיי זענען באמת אינטערעסירט. דערווייל האבן מיר עס נאכנישט--איך בין פערזענליך נאכנישט געקומען זוכן דא עפעס וואס איך קען נישט טרעפן ביי די ענגלישע. אבער איך האף אז מיט די צייט וועט עס יא זיין באמת נוצבאר. --קאצקער 21:14, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

קאצקער! איך בעט דיך רעדט נישט קיין געבראטענע שטותים, אויב איז אמת אז דו האסט אמאל אריינגעוואנדערט אין ענגלישן וויקיפעדיע וועסטו זעהן אז זיי האבן הונדערטע טויזענטע ארטיקלן איבער אידישע היסטאריע ראשונים אחרונים און אזוי ווייטער. אויף דעם דארפן מיר נישט קיין אידיש וויקיפעדיע. מיר דארפן אן אידיש וויקיפעדיע פאר אזאלכע חברה וואס קענען בעסער אידיש און דאס איז זייער שפראך. --זאלי 21:26, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
זאלי, איך רעד נישט פאר קיינעם נאר פאר זיך אליין. איך ווייס נישט וואס אנדערע דארפן, איך האב דיר געזאגט וואס איך האף וועט דא ווערן. אמת, דער ענגלישער וויקיפעדיע האט אסאך אינפארמאציע, און גערעכט טאקע, אויף מייסטענס ראשונים וועט דארט ווערן געשריבן (און אויף א ניווא וואס דער אידישער וויקיפעדיע קען אפילו אויף דעם נישט האפן), אבער נישט אלעס, און נישט בפרטות. און עס איז דא זאכן וואס וועט דארט קיינמאל נישט זיין. אז איך וויל וויסן ווער זענען געווען די אכט זון פונ'ם טשערנאבילער מגיד, אדער פארוואס אידן עסן איי מיט צוויבל שבת, אדער אין וועלכע יאר איז געבוירן געווארן דער בני יששכר, אדער אן ערקלערונג באריכות אויף די י"ג מדות שהתורה נדרשת בהן, אדער א ליסטע פון אלע ראשונים מיט זייערע וואוין ערטער און יארן פון געבוירן און שטארבן און פון וועמען זיי האבן געלערנט, און וואס איז דאס דער ספר חמדת הימים און פארוואס האט מען פון דעם נישט געהאלטן, אדער פארוואס צאנזער רב איז געווען בייז אויף די קינדער פונ'ם רוזינער, און פארוואס האבן זיך סקווערער רבי ז"ל און סאטמאר רב ז"ל אזוי ארומגעקריגט, א.א.וו. דאס אלעס וועט מען קיינמאל ערגעץ אנדערש נישט טרעפן, און איך האף אז אמאל וועט מען דא יא קענען.
אויב פאר דיר און אנדערע איז גוט די אידישע ווייל דו ווילסט זיך באקענען מיט אלגעמיינע ידיעות, וואויל און גוט. --קאצקער 22:05, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
די אלע זאכן וואס דו האסט אויסגערעכנט אויב שטייט דאס נאך נישט אין ענגלישן וויקיפעדיע, וועט דאס מארגן אדער זייער גאר נאנט שטיין, דער פאקט איז אז מיר ברויכן א וויקיפעדיע אין יידיש נישט כדי דו זאלסט קענען ליינען וואס דו ווילסט און מעקן וואס דו ווילסט נישט מיר דארפן א פשוט א אידישער וויקיפעדיע וואס יידיש רעדער און ליינער זאלן זיך קענען אויסטוישן מיט אלע אלע אלע אלע אינפארמאציע. און דו זאלסט נישט מעקן ביטע קיינעם וועט מען אפשר אנקומן דארטן. --שורשנגח 22:08, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

פאליסי: זיך טענה'נען מיט רעספעקט אין די רעדן בלעטער און אין געמיינדע

רעדאַקטירן

און נאך איין זאך פאר איך פארגעס: פון די גרעסטע יסודות אויף וויקיפעדיע פאר'ן צוזאמען ארבעטן איז זיך אויפצופירן ציוויליזירט. איך ווייס נישט פון וואו דו קומסט און וויאזוי מען רעדט אין דיין קרייז, טוה מיר אבער צוליב ר' זאלי -- און איך בעט פשוט אלץ א פערזענליכע טובה -- און לאז דעם פארגרעבטן שפראך, די טענות פון "געבראטענע שטותים", "סאטמארער מדות", סטראשונקעס פון בלאקען, באשולדיגונגען אין וואנדאליזם, און בכלל אומאנגענעמע באנעמונג אין וויליאמסבורג. איך האב דיך ליב אהבת נפש, אבער -- פליז, טעיק איט איזי!

--קאצקער 21:59, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

איך וואלט ווען געמוזט מודה זיין צו ר' קאצקער אז מען זאל אדאפטירן א פאליסי פון מעטשליכקייט, אבער מען מוז לאזן אן אויסנאם, ווי למשל דא מיט באנוצער:קאצקער ער האט אפען ערקלערט אז ער וויל מעקן פאקטן קעגן זיין רבין וואס געפעלן אים נישט. אזא איינער איז א וואנדאל ממילא פארלאנגט ער נישט קיין שום רעספעקט ווייל מיר ברויכן אים באקעמפן ער זאל נישט קענען אויפירן זיין פלאן. מען דארף נוצן אלע כלים אים אפהאלטן פון לאזן מעקן פאקטן אויף זיין רבי וואס קיינער לייקענט נישט. דאס איז זייער וויכטיק פארן עקזיסטענץ פון א פרייע וויקיפעדיע.--שורשנגח 22:05, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
זאלי, וואס האסטו זיך פלוצלינג דא צופייערט אויף מיר? (און פארוואס פעלט דיר אויס א נייע ניק?)
אוי געוואלד, פארשטיי אביסל בעסער וואס מען רעדט צו דיר. וואס מעקן, ווען מעקן? מ'האט גערעדט פון וויאזוי צו מאכן אפיציעלע פאליסיס. זיי נישט אזוי פאראנויד. איך האב דיר געזאגט א ביישפיל וואס איינער קען טענה'ן. און כ'האב אויפגעקלערט פארוואס דער פאליסי דארף דאס אין אכט נעמען. --קאצקער 22:12, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
זינט דעם ערשטן טאג וואס דו געפינסט זיך אין וויקיפעדיע האסטו ערלקערט אז מען זאל לאזן מעקן זאכן אויף רעביס. איך וויל יעדער איינער זאל וויסן אז א פאליסי פון רעדן רואיג שיין איז נישט אייביג גילטיג, ווייל אסאך באנוצער ווי דו פארשטייען נישט קיין אנדער שפראך--שורשנגח 22:16, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

שור טייערער, לא דובים ולא יער (אלא שורים מנגחים). דו האסט נישט געהאט מיט מיר קיין שום אויסטויש אויף דעם ענין פאר נעכטן.

איך בין נישט פארטייאיש צו קיינעם, איך האב גארנישט איינגעלייגט נישט מיט אהרן נישט מיט ז"ל נישט מיט משה גבאי, אבער וויקיפעדיע פאליסיס דארפן ווערן איינגעהאלטן. און יא, איך וועל פארעכטן ווי איך האלט די פאליסיס ווערן פארלעצט. דו האסט אליין געזען, איך האב גאר ווייניג געמעקט ביים משה גבאי ארטיקל, כאטש עס איז געווען פון מיט שטותים. איך האב פרובירט צו פארעכטן עס זאל שטימען מיט פאליסיס. אבער קינדערישע לשון הרע'ס אן א מקור וועלן ווערן געמעקט. איך וועל עס זאגן נאכאמאל און נאכאמאל. עס האט נישט צוטון מיין רבי, דיין רבי, צו מיין באבענ'ס רבי.

דו ביזט געלאדען מיט צו ארבעטן אדער זיך צו קריגן. איך האב דא איין געזעץ-בוך: די אפיציעלע וויקיפעדיע פאליסיס און אנווייזונגען, אחוץ דארט ווי מען האט דא אבגעמאכט אנדערש מיט א קאנצענזוס. איך גלייב אז רוב אחריות'דיגע באנוצערס וועלן מיט מיר צושטימען. --קאצקער 22:44, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

הערט אויף צו פארברענגן די צייט מיט זיך ארומשלאגן בויט וויקיפעדיע!

רעדאַקטירן
בויען א יידישע וויקיפעדיע אין אן אקציע וואס קען נעמען יארן, וויל ס'איז דא ווייניג אידישע רעדנערס, און אויך ווייל יידיש איז שווער צו שרייבן, אבער אויב מיר וועלן ממשיך זיין מיט געדולט גלויב איך אז אין יארן ארום וועט דאס זיין ממש א יידישער ענציקלאפעדיע. יעצט איז דער וויקיפעדיע אין א ווינדאלע. אבער מיר דארפן ארויקאטשען די ארבל און אנפאנגען שרייבן ארטיקלען אויף רעכטס און לינקס, קורצע און לאנגע, אנטשטאט דא זיך ארום שלאגן דארףן מיר זיך מיען צו שרייבן ווי מער ארטיקלען. ►רוני◄ 21:22, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
רוני, עס איז יא וויכטיג דא זיך ארוםצושלאגן ווייל אז נישט וועט קאצקער בלייבן גערעכט מיט זיין פארטייאישע נייגונג פון אויסמעקן אלע אמת'ע אינפארמאציע וואס אים שמעקט נישט און דו וועסט קיינמאל נישט האבן קיין פלייסיגע באנוצער, אויב זיי וווייסן בשעתן שרייבן אז מ'וועט זיי מעקן. קודם דארפן מיר זיך ענדיגן טענהען מיט קאצקער און דערנאך ווען ער וועט זיך קומן צו א טאלק מיט מיר קענען מיר ווייטער גיין בויען שרייבן און פארברייטערן. האב געדולד רוני!--זאלי 21:29, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]


ווער עס קען גוט טראנסלעיטן זאל ביטע איבערשרייבן צו יידיש

רעדאַקטירן

געזעץ קעגן דריי מאל צוריק דרייען,

מחלוקת פארלייזונג.


פארוואס עפענט זיך נישט קיין חסידישע שטאט?

רעדאַקטירן

פארוואס עפענט זיך נישט קיין נייע ידישע חסידישע ישוב. פארוואס האט דער עולם מורא ארויס צי מאפן צי די בערג. אין פארוואס ביי די ליטווישע אדער ספרדים טראכט מען נישט קיין סאך.???? מען האט דאך חתונה יערליך דאפעלט וויפיל דירות עס איז דא אין בארא פארק. אין ווילאמסבורג. וואס איז די ידישע ברוקלינ`ע ציקנופט. ??? באנוצער:העולם

ווען מ'וועט מוזן וועט מען דאס טון. ►רוני◄ 18:55, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
רוני טראגסט דיך אן צו דינען אלס ראש העיר דארטן?--זאלי 19:01, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
חחחח ►רוני◄ 19:19, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
אזוי פיל האבן שוין פרובירט, אבער עס איז נישט געלונגען. דער חסרון ליגט ביים עולם. קיינער וויל נישט זיין דער נחשון, מופן אין א מדבר שממה פון אידישקייט. --קאצקער 20:51, 14 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

אכטונג: דער אידישער וויקיפעדיע איז אונטער א זאלונישע אטאקע.

רעדאַקטירן

אין די לעצטע 2 טאג זענען מיר אונטער אן אטאקע פון באנוצער:קאצקער באנוצער:שמאלץ באנוצער:מענטשעלע און באנוצער:העולם און זייערע|זיינע איי.פי. אדרעסע.

די נעמען זענען אפענע זאליס, און דאס איז נישט קיין עבירה, קען גאר זיין אז עס איז א מצווה, אבער זיי האבן זיך גענומען שרייבן האלבעטע אמת און מעקן אמת'ן אן מקורות, צו קענען פארשעמען די ארונים און בויען די כבוד פון זייער פארטיי, דאס איז שוין אן עבירה פון וואנדאליזן וויקיפעדיע פאר אייגענע אינטערעסן.

סאיז מיר זייער שווער זיי צו באקעמפן טריט און שריט ווייל פון זייערע מעקערייען קוקט אויס אז זיי ווייסן וואס צו באהאלטן און זענען גוט אויסגעקאכט אין אלע דיטעילס, איז בעט איך יעדער רעכטדעקיגער אומפארטייאישע אדער ארוניש באנוצער צו זיין וואַך און נאכקוקען זייער היסטארי וואס זיי האבן אלס זיך באטייליגט אין וויקיפעדיע זעהן וואס זיי האבן געשריבן אדער געמעקט וואס קען פאראכטן ווערן סזאל נישט זיין אזוי פארטייאיש. ייש"כ.

די ארטיקלן וואס איז נייטיג אויפצופאסן אין דעם פראבלעם. איז:

  1. אהרן טייטלבוים
  2. ארונים
  3. משה טייטלבוים
  4. משה גבאי
  5. זאליס
  6. זלמן לייב טייטלבוים

אדאנק --קרעכמער 15:23, 15 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]


נארישע, גאר קורצע ארטיקלען

רעדאַקטירן

איך וואלט געוואלט מעורר זיין אונזער באליבטען עולם לעצטנעס קומען אפיר אין וויקיפידיע פרישע שרייבערס ווי שוועמלעך נאך א רעגן אין מען מאכט פרישע ארטיקלעך. וואס איך גלייב אז ביי די ענגלישע וויקיפידיע וואלט דאס שוין לאנג געמעקט געווארן. וויקיפידיע איז נאר געמאכט צי ברענגען פארשידענע אלעריי אינטערסאנטע אינפארמאציע. אבער צי גיין מסביר זיין דעם עולם פינקליך וואס עס מיינט אויגן. צי למשל דאקטער. א.א.וו. איז זייער קינדעריש אין נאריש איך בעט דעם עולם קאפאראציע. אויכעט זאל די מנהלים פין וויקיפידיע ערנסט נעמען מיינע ווערטער איך גלייב אז איר זענט אויף מיין זייט. --העולם 14:24, 19 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

דו זאגסט ריכטיג. אגב איז גוט אנצומערקן בכללות אז וויקיפעדיע איז נישט קיין ווערטערבוך. אזעלכע ארטיקלען ווי זונטאג, הויז, פרוי, א.ד.ג. -- וואס האבן נישט מער ווי איין זאץ אדער זענען זאכן וואס יעדער ווייסט -- באלאנגען נישט אהער.
מענין לענין, וואלט יא געווען א גוטע זאך אויב מען לייגט אביסל מער כוחות אין דעם וויקי ווערטערבוך. --קאצקער 14:39, 19 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
איך האב אפגעשריבן א נייעם בלאט, "װיקיפּעדיע:וואס וויקיפעדיע איז נישט", איבערגעזעצט מערסטנס פון דער ענגלישער. איך האב פרובירט דארט קלאר צו מאכן וואס פארא סארט ארטיקלען זענען פאסיג. קאמענטארן זענען געלאדנט. --קאצקער 15:54, 19 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
קאצקער דו ביסט גערעכט אז דאס באלאנגט נישט קורץ. אבער אלעס באלאנגט אהער, איך ווייס דו האסט דיך שוין אויסגעדרוקט אז דו ווילסט וויקיפעדיע זאל האבן בלויז אידישע אישוס. איך בעט דיך אז דו ווילסט נישט ליינען איבער וועלטליכע אישוס צווינג נישט ארויף דיין דעת, איך האלט אז דא באלאנגט אלע אישוס פון טיש ביז ציין. אז דו האסט טענות אז דאס איז צו קליין, פארברייטער דאס, דו קענסט נישט א ראי' ברענגן פון אנדערע וויקיפעדיעס אז זיי מעקן קליינע ארטיקלן, ווען מיר וועלן האבן כטשיג א פארצענט וואס זיי האבן קענסטו אנהייבן צו פרובירן אראפמעקן ארטיקלן וואס זענען צו קליין. דערווייל פרייען מיר זיך מיט יעדן ארטיקל למחצה לשליש ולרביע, אויפצובויען א ברייטער רייכער וויקיפעדיע.--חיים ליבערמאן 19:00, 19 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
באנוצער:העולם, דו ווילסט אז מען זאל נאר שרייבן אינטערסאנטע איפארמאציע, און דו בעטסט די מנהלים זאלן אפמעקן אלעס וואס פאר דיר איז נישט אינטערסאנט. וואלט איך דיך זייער שטארק געוואלט בעטן זאלסט טראכטן 1 מינוט אז איך בין אויך א מענטש און מיר איז דווקא יא אינטערסאנט וואס א דאקטער מיינט און וויאזוי די אויגן ארבייט. איך האב פאר דיר איין עצה, אויב איז דיר עפעס נישט אינטערסאנט שרייב צו נאך אינפארמאציע אז עס זאל פאר דיר אויך זיין אינטערסאנט. און כללית דארפסטו וויסן אז די מנהלים קענען נישט מעקן גארנישט מער פון דיר, אויב נוצן זיי נאר איינמאל מעקן עפעס וואס דו האלטסט נישט אז מען ברויך דאס מעקן זענען זיי אויס מנהל. און דער אידישער וויקיפעדיע האט שוין אויסבלאקירט אזא מנהל.--חיים ליבערמאן 19:09, 19 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
חיים, האסט נישט פארשטאנען מיין מיינונג. איך האב נאר געזאגט אז פאר מיר פערזענליך פעלט נישט אויס די אידישע פאר אלגעמיינע ידיעות. דאס מיינט נישט אז איך וויל עס נישט אויפבויען פאר אלעס. זעה מיינע באטייליגונגען: איך שרייב פון אלעס און אלעמען.
דו האסט רעכט וועגן קורצע ארטיקלען -- קורץ איז בעצם נישט קיין חסרון. א צווייטער קען עס קומען פערברייטערן. די פראבלעם איז מיט אזעלכע וואס קומען נישט אין אן ענציקלאפעדיע. איך האלט עס האט נישט קיין פשט צו האבן אן ארטיקל ווי זונטאג אדער הויז אן לייגן עפעס מער ווי א קורצע זאץ. אויב אנדערע פילן אנדערש, בטלה דעתי. איך זאג נאר א מיינונג. --קאצקער 19:16, 19 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
אגב, איך באצו זיך נישט צו דיינע באטייליגונגען. זעהסט דאך איך האב מיט דיר מיטגעארבעט, איך האב פארברייטערט דעם בארד ארטיקל, געהאלפן מיט דעם מוסטער:מדות. איך האלט נאר דער עולם זאל אפמאכן א הגדרה אויף פאסיגע ארטיקלען. אין ארטיקל "װיקיפּעדיע:וואס וויקיפעדיע איז נישט" האב איך פרובירט דאס מגדיר צו זיין לויט די ענגלישע. זאג אויב דו האלטסט אנדערש און מען קען פארעכטן. --קאצקער 19:20, 19 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
איך בין מודה צו דיר אז אן ארטיקל קומט נישט קורץ. דאס איז נישט קיין ווערטער בוך, אבער זונטאג איז דאך אן התחלה פון אן ארטיקל וואס איינער האט זיך מוסר נפש געווען צו אנהייבן שרייבן, ווי איז שייך צו זאגן אז דאס קומט נישט דא? דו האסט אן השגה ווי שווער עס איז צו שרייבן פארן אלגעמיינעם עולם וואס ארבייט שווער פאר פרנסה און רייסן זיך אוועק אויפצובויען א יידישע וויקיפעדיע, וויאזוי קענסטו יענעם'ס ארבייט אזוי גרינג שעצן און פארשעמן? --חיים ליבערמאן 19:22, 19 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
איך מיין נישט חלילה צו שרייען און שעלטן אדער כדי צו בויען אונזער וויקיפעדיע פעלט זיך אויס סבלנות צו איינער וואס האט זיך מוסר נפש געווען אפצוטייפן אפילו נאר איין ווארט. נאר אזוי וועלן מיר וואקסן--חיים ליבערמאן 19:25, 19 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

גוט. איך שטים אז מען זאל שטארק אכטונג געבן נישט צו מעקן אומזיסט. אויב מען קען דארף מען פארברייטערן. מען דארף אבער אפמאכן אז מענטשן זאלן וויסן פון פאראויס וואס מיינט אן ענציקלאפעדישע ארטיקל. --קאצקער 19:29, 19 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

דער וואס האט אפגעשריבן טיש און זונטאג, דארפן באדאנקט ווערן און אויסגעלויבט ווערן, נישט פארשעמט ווערן, זיי אנרופן ווי שוועמען נאך א רעגן און נאריש זיי האבן געגעבן זייערע טאלאנטן פארן וויקיפעדיע. און האפענטליך וועלן זיי האבן מער צייט דאס צו פארברייטערן. מיר מוזן שטרעבן צו האבן נושאים אויף אלעס און אויף אלעמען אויף די וועלט. דאס מיינט אנציקלאפידיע. און זונטאג איז אן אישו וואס ווערט באשריבן אין אלע אנציקלאפידיעס. דאס אז מען האט נאך נישט געשריבן וועגן מאנטיק און דינסטאג איז נאר ווייל אנדערע ליינער האלטן זיך צוריק צוזעהנדיג וויאזוי מען פארשעמט זיי דא. דער פאקט איז אז יידיש רעדער איז דא ווייניג. און יידיש שרייבער איז כמעט נישטא. ווייל ווער רעדט יידיש? א חסיד. און א חסיד האט אויך 12 קינדער ממילא האט ער נישט קיין צייט בכלל צו שרייבן, ווער רעדט נאך צו שרייבן לאנגע ארטיקלן אומבאצאלט ווי פאר א וויקיפעדיע. איך בעט דיך נאכאמאל זאלסט אפלאזן דיין התנשאות סטיל. ווייל דו פארטרייבסט פאטענציאלע וויקפעדיע באנוצער.--חיים ליבערמאן 19:46, 19 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
נו נו. שרייב וויאזוי דו ווילסט. --קאצקער 19:51, 19 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
וואס הייסט דאס נו נו אויב דו ביסט מודה צו מיינע רייד, שרייב נארמאל, אויב דו האלטסט נישט פון ענטפערן, דארפסטו גארנישט שרייבן, וואס איז דאס נו נו האסטעך געוואשן קענסט נישט אויסרעדן?--חיים ליבערמאן 19:55, 19 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
עס מיינט איך געב אויף זיך צו טענה'ן מיט דיר. ניין איך בין נישט מודה. --קאצקער 20:04, 19 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
איז בעט איך דיך, אויב דו האלטסט ביים זיך גיין דיין וועג און פארשעמען באנוצער ווייל זיי שרייבן נישט גענוג לאנג וואס דו פארלאנגסט, אן זיך טענהען מיט מיר ביזן סוף, ווער נישט קיין מנהל דא.--חיים ליבערמאן 20:10, 19 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]


זייער אינטערסאנט! יידיש אויף אלע שפראכן

רעדאַקטירן

אויב האט איר זיך איינגעשריבן אין אנדערע שפראכן וויקיפעדיעס, ווי למשל ענגליש אדער היברו. און ביי איינשטעלן האט איר אנגעצייכענט אז יידיש איז אייער מוטער שפראך וועט זיך אלע קאמענדס און טולס, מעניו'ס און צייגונגען ווייזן אויף יידיש אנשטאט ענגליש אדער היברו, אפילו איר זענט אין ענגלישן אדער היברו וויקיפעדיעס. איך האב עס ערשט איצט באמערקט און סאיז מיר שטארק געפאלן. איצט איז נאכמער וויכטיג מען זאל איבערטייטשן אלע וויקימעדיע בלעטער.--חיים ליבערמאן 19:06, 20 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

מער הסבר אין קאטאגאריעס

רעדאַקטירן

איך מיין אז עס פעלט היבש הסבר אין דעם פעלד, איך פלאג מיך נאך ארום וויאזוי אריינצושטעלן א קאטאגאריע אין א ארטיקל, עס איז זייער וויכטיג, ממילא וואלט פאסיג געווען ווען איינער זאל עס ברייטער מסביר זיין. --מענטשעלע 14:01, 22 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

קאט און קאפי דאס: [[קאטעגאריע:מענטשעלע]]. --בערל 14:49, 22 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

לייג א ליסטע פון קאטעגאריעס ווי פאלגענד:

[[קאטעגאריע:געאוגראפיע]]
[[קאטעגאריע:אמעריקאנע שטאטן]]
[[קאטעגאריע:פאליטיק]]

--קאצקער 14:44, 22 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

יעדער קען און זאל און מוז אויפקומען מיט אייגענע קאטעגאריעס לויט די אומשטענדן. סאיז מיר שווער פאראויס זאגן אלע קאטעגאריעס. אבער אויב איז שווער צו טראכטן קען מען זעהן און נאשן פון אנדערע שפראכן צו קאפירן.--בערל 14:49, 22 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

The Yiddish translation is now derived from the Hebrew one

רעדאַקטירן

I've changed the Yiddish translation to derive the messages from the Hebrew one when no Yiddish translation is available. The change will take time to affect.

The change was done according to the above discussion. ‏– rotemlissTalk 17:31, 24 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

שיניתי את התרגום ליידיש כך שיירש את הודעותיו מהתרגום העברי כשהתרגום ליידיש אינו זמין. לשינוי ייקח זמן מסוים להשפיע על כל ההודעות.

השינוי בוצע בהתאם לדיון למעלה. ‏– rotemlissשיחה 17:31, 24 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

תודה רבה באנוצער:jiddisch


נישט צו פארשעמען נייע באנוצער

רעדאַקטירן

חיים ליבערמאן די זאגסט א שטיקעל נקודה צי זאגן אז די ביזט גערעכט דארף איך פין דיר קודם א באגרענעצענטן וועג ווי וויייט מען וועט דארפן באדאנקט ווערן און אויסגעלויבט ווערן, אין נישט פארשעמט ווערן.--העולם 20:00, 19 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

אויף דיר בעט איך קודם לערן דיך אויס צו שרייבן נאך זאכן אחוץ זאלי פראפעגאנדע. און אויך רוף נישט אן קיין נייע באנוצער שוועמען נאך א רעגן. דערווייל איז דאס גענוג.--חיים ליבערמאן 20:06, 19 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
איך האלט אז אויך גאר קורצע ארטיקלען פאסט צו דא זיין אויב די ארטיקל האט א צוקונפט צו זיך פארברייטערן, און מען זאל צולייגן די מוסטער {פארקורצט}, אבער אויף יעדנספאל דארף די אינפארמאציע זיין העכט און צו דער זאך. ווי צ.ב.ש. "א "פענע" איז א מיטל צו שרייבן.". אונדזער וויקיפעדיע איז אנדערש פון אנדערע שפראכן, מיר דארפן דא בריינגען ווי מער באניצערס און מיר קענען זיך נישט פארלאנגען מיט שטריינגע כללים ווי אזוי מען דארף שרייבן. מיר דארפן דא אלעמען מאכן איינגענומען צו שרייבן ארטיקלען, אויב איינער וועט שרייבן אין אנפאנג גאר קורצע ארטיקלען, ווארשיינליך מיט די צייט וועט ער באקומען מער ביטחון צו שרייבן לענגערע ארטיקלען, א.א.וו. ביטע רעכנט זיך מיט די נייע באניצערס און מיטן צוקונפט פון דער וויקיפעדיע. ►רוני◄ 08:52, 21 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
המשך: אונזער ויקיפעדיע איז אצינד אין איר געבוי, קורצע ארטיקלען שטערט קיינעם נישט, פארקערט, דאס וועט צובריינגען זאלן אנדערע פארברייטערן. יעדע זאך פאנגט זיך אן פון קליין צו גרויס.