ווינער שניצל איז א טיפישע שפייז פון עסטרייך. אין עסטרייך ווערט שניצל געמאכט פון א דין שטיק קאלב פלייש און געפרעגלט אין פוטער. די כשרע ווערסיע פונעם שניצל איז באדעקט מיט ברעקלעך ברויט אדער מיט מצה מעל און געפרעגלט אין שמאלץ אדער בוימל.